נאך לאנגע מאנאטן פון געמיינזאמע דיסקוסיעס צווישן די פעדעראלע אגענטור און די עירליינס האט די רעגירונג ארויפגעלייגט א רייע פרישע שטרענגע זיכערהייטס אונטערזוכונגען וואס די עירליינס וועלן דארפן דורכפירן פאר זיי קענען אריינברענגען אויסלענדישע פאסאדשירן קיין אמעריקע, דאס קומט נאכדעם וואס די פעדעראלע אגענטורן האבן באטראכט א פארבאט אויף לעפטאפ קאמפיוטער׳ס, אבער די עירליינס האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט וויבאלד דאס ווערט אסאך באנוצט דורך ביזנעס קלאס רייזנדע און עס וואלט געקענט שטארק עפעקטירן זייערע איינקונפטן. די פעדעראלע רעגירונג האט דעריבער ארויסגעלייגט א רייע פרישע רעגולאציעס וואס נעמט אריין צווישן אנדערע מער סארט׳ן סקענער׳ס פאר אויפרייס מאטריאל, מער שמעק הונט, און מער אויפזיכט אויף די מאנשאפט. די נייע רעגולאציעס וועט דראסטישע עפעקטירן 280 עירפארטס ארום די וועלט, אמעריקע האט שוין ארויפגעלייגט א לעפטאפ פארבאט אויף 10 עירפארטס אין מיטל מזרח, און דער היימלאנד זיכערהייטס מיניסטער דשאן קעלי האט געזאגט אז אויב וועלן זיי זיך צושטעלן צו די נייע רעגולאציעס וועט באטראכט ווערן צו אראפנעמען דעם פארבאט.

בילד: פעדעראלע אוויאציע אגענטור מעלדט שטרענגערע זיכערהייטס מאנסאמען פאר אלע עירליינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל