דער געוועזענער קאנגרעסמאן פון יוטא דשעיסאן שעיפעץ, א רעלאטיוו יונגער קאנגרעסמאן וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיט זיין שארפן צינגל און געניטע פאליטיש חושים, האט זיך אפגעזאגט פלוצלינג פון קאנגרעס מיט עטליכע וואכן צוריק, איבערלאזנדיג וואשינגטאן אין איבעראשונג.

היינט האט די קאנסערוואטיווע נייעס קוואל ׳פאקס ניוז׳ געמאלדן אז שעיפעץ וועט באקומען א שטעלע ביי זיי אלס פאליטישער אנאליסט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל