די ׳פיו ריסוירטש׳ גרופע האט דורכגעפירט א אינטערנאציאנעלע אנקעטע אין ארום 37 לענדער איבער די וועלט צו מעסטן די פאפולאריטעט פון פרעזידענט טראמפ איבער די וועלט, די רעזולטאט זענען נישט אזוי גינסטיג פאר׳ן פרעזידענט, בלויז ארום 22% אין אלגעמיין האבן געזאגט אז זיי האבן צוטרוי אז פרעזידענט טראמפ וועט האלטן אמעריקע און די וועלט פארזיכערט, דאס איז דראסטיש ווייניגער ווי די איבער 64% וואס האבן געזאגט דאס זעלבע אויף פרעזידענט אבאמא אין זיין לעצטע יאר אין אמט, די מערהייט האבן באצייכנט טראמפ מיט נעגאטיווע טערמינען ווי: אראגאנט, געפארפול, ווילד און דאס גלייכן. דאס איז פול נידריגער ווי די ארום 36% שטיצע וואס ער געניסט נאך אין אמעריקע. אן אויסנאם צו די אלע וועלט לענדער זענען צוויי לענדער אין וועלכע די מערהייט אויסגעפרעגטע האבן געזאגט אז זיי האבן מער צוטרוי און האפענונג אין טראמפ ווי אין אבאמא, דאס זענען רוסלאנד און מדינת ישראל, אין די ביידע לענדער האבן א מערהייט אויסגעפרעגטע אויסגעדריקט אפטימיזם אז פרעזידענט טראמפ וועט האבן א בעסערע אויסערן פאליסי ווי זיין פארגייער פרעזידענט אבאמא.

גלאבאלע אנקעטע צייגט: פרעזידענט טראמפ פאפולער אין רוסלאנד און אין מדינת ישראל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל