דריי דשוראנליסטן האבן געמוזט זיך אפזאגן פון זייער פאזיציע אין די נייעס נעץ פון סי-ען-ען נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אן ארטיקל וועלכע זיי האבן געשריבן אינאיינעם איז דורכאויס פאלש און פארפירעריש, די ארטיקל איז געווען איבער א אנגעבליכע באגעגעניש צווישן אנטאני סקארמאטשי, א ראטגעבער און איינע פון די שטאב פון פרעזידענט טראמפ מיט א הויכראנגיקער ביזנעסמאן פון רוסלאנד, א באגעגעניש וועלכע איז לויט די באריכט פארגעקומען געציילטע טעג פאר די איינשווערונג פון פרעזידענט טראמפ. די ארטיקל איז ערשינען פאריגן דאנערשטאג און סקארמאטיש האט באלד געזאגט אז די געשיכטע איז אויסגעזויגן פון פינגער און עס געלייקנט, די רעדאקציע פון סי-ען-ען האט איבערגעקוקט די קוועלער וואס די דשורנאליסטן האבן גענוצט און ארויסגעלייגט אן אנטשולדיגונג זאגנדיג אז די זושרנאליסטן האבן געטון א שוואכע ארבייט מיט נאכגיין און באשטעטיגן די פאקטן. היינט האט די רעדאקציע פארלאנגט זייער רעזיגנאציע זאנגדיג אז זייער פארנאכלעסיגקייט צייגט אז זיי קומען נישט נאך די הויכע דשורנאליסטישע סטאנדארטן פון די נעץ.

פון: פיינע נייעס
פאלגענד איז עטליכע אינטרעסאנטע בילדער וואס זענען ארויפגעשווימען צו חוזק מאכן פון סי-ען-ען:



פון: פיינע נייעס
פאלגענד איז עטליכע אינטרעסאנטע בילדער וואס זענען ארויפגעשווימען צו חוזק מאכן פון סי-ען-ען:

הוסף רשומת תגובה