די טעכנאלאגיע ריז ׳גוגל׳ האט געליטן א שווערע דורכפאל ווען די אייראפעישע פאראיין האט ארויפגעלייגט א רעקארד הויכע געלט שטראף קעגן זיי פאר׳ן אנגעבליך פארלעצן מאנאפאל געזעצן מיט׳ן מאניפולירן די זוך רעזולטאטן פון באנוצער, און האבן אויסגענוצט זייער מאנאפאל אלס ״מפתח״ פונעם אינטערנעט צו שטופן פאראויס זייער אייגענע סערוויסעס און פירמעס. די געלט שטראף איז די אסטראנאמישע סומע פון 2.4 ביליאן דאלער, די גרעסטע שטראף אין היסטאריע פאר אזא סארט פארלעצונג, דאס קומט בלויז עטליכע מאנאטן נאכדעם וואס זי האט צוגעטיילט א געלט שטראף פון 14 ביליאן דאלער  פאר די פירמע ׳עפל׳ צוליב אנגעבליכע שטייער פארלעצונגען. פארשידענע אמעריקאנער עקאנאמיסטן קריטיקירן די אייראפעישע פאראיין פאר׳ן זיין פול שטרענגער קעגן אמעריקאנער פירמעס, פול שטרענגער ווי קעגן אירע אייגענע פירמעס, און זאגן אז אין די לעצטע צייט האבן זיי זיך אנגעלייגט אויף אמעריקאנער ריזיגע פירמעס ווי עפל, עמעזאן, גוגל און דאס גלייכן, אין די  צייט וואס זיי קוקן זיך ווייניגער אום אויף אייראפעישע פירמעס. די אייראפעישע פאראיין פארטיידיגט זייער באשלוס זאגנדיג אז אזא גרויסע פירמע ווי גוגל טראגט ספעציעלע פאראנטווארטליכקייט נישט צו אויסנוצן זייער מאסיווע מאכט און איינפלוס צו שאפן א מאנאפאל.

בילד: אייראפע לייגט ארויף שווערע געלט שטראף אויף ׳גוגל׳

פון: פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל