שוין צענדליגע יארן וואס די געזונטהייט וועלט טוט פירן א קאמפ מיט די מענטשליכע געוואוינהייט פון הונדערטער יארן צו רייכערן, זינט עס איז באקאנט געווארן ווי אומגעזונט און שעדליך דאס איז, די קאמפ איז געקומען באגלייט מיט אויפקלערונג רעקלאמעס, ציגארעטן שטייערן, און נאך, אבער ווי עס ווייזט אויס טוט זיך די קאמפיין אויסצאלן און רייכערן איז געפאלן צו א היסטאריש נידריגע שטאפל, אריינגערעכנט עלעקטראנישע ציגארעטליך.

א פרישע שטודיע צייגט אז בלויז 8% יונטליכע האבן גערייכערט א ציגארעטל, און בלויז ארום 11.3 האבן גענוצט עלעקטראנישע ציגארעטליך (פארגליכן צו 16% מיט א יאר פריער) די ציפערן זענען גאר דראמאטישע נעמנדיג אין באטראכט אז מיט בלויז 17 יאר צוריק איז די ציפער געשטאנען ביי איבער 30% און מיט עטליכע יאר פריער ביי איבער 50% פון יוגנטליכע, דאס איז א אויסטערלישע הצלחה אין א קאמפ קעגן א אומגעזונטע געוואוינהייט וואס קאסט טויזנטער לעבנס יעדע יאר, און איז א פאקטאר וועלכע קען האבן א דראסטישע עפעקט אויף די געזונט אינדוסטרי און דראסטיש פארמינערן הארץ פראבלעמען און סטראוקס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל