אין א סורוועי דורכגעפירט אין די בריטישע היטראו לופטפעלד איז די ישראל׳ישע לופטליניע אל-על ארויסגעקומען גאר שוואך אין כמעט אלע קאטעגאריעס, און די שוואכסטע אין די קאטעגאריעס פון ״גערודער״ און ״ריינקייט״. און איז ארויסגעקומען די לעצטע אויף די ליסטע פון אלע 50 לופטליניעס וועלכע זענען געווען א טייל פון די סורוועי, די העכסטע איז ארויסגקומען בריטישע עירוועיס, די גערודער קאטעגאריע טוט זיך באציען צו די פילאטן ווי דיסקרעט זיי מאכן זייערע לאנדונגען אן שטערן פאר די שכנים און אזוי אויך וועלכע שטונדען מען לאנדעט, די ריינקייט קאטעגאריע נעמט אויך אריין וויפיל גאזאלין מען פארנוצט. די ציהל פון די סורוועי איז צו מאטיווירן לופטליניעס צו אונטערנעמען מער פאזיטיווע טוישן פאר די ענווייערמענט און פאר די שכנים ארום די לופטפעלד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל