וזרח השמש

רבי משולם פייש פון טאָהש איז געבוירן געווארן אין יאָר תקפ"א אין יאזעפס-דאָרף, וואס איז נעבן קאַרלסבאַד אין באהמען, צו זיין טאַטן רבי מרדכי וואס איז געווען א אייניקל פון דער תוספות יום טוב, און צו זיין מאמע מרת זעלדא. יונגערהייט איז ער געוואָרן אַ יתום, אָבער זיין מאמע פלעגט זיך אויסטערליש שטאַרק אָפּגעבן מיט זיין חינוך. זי פלעגט יעדן צופרי, נאָכן שיקן דאָס קינד אין ביהמ"ד, גיין אין ווייבער שול און אכטונג געבן וויאַזוי ער דאַווענט, און פלעגט אנגרייטן מתנות צו געבן אויב זי האט געהערט ענטפערן הויעך קדושה ברכו און אמן יהש"ר. דער קליינער משולם פייש האָט שוין אַלס קינד געהאט אַ הייליגע נשמה.

די עסטרייכישע רעגירונג האָט דעמאָלט אויפגעפאָדערט די יוגנט צו גיין לערנען אין די רעגירונג’ס שולעס, פלעגט דאָס קינד גיין געצווינגענערהייט, אָבער יעדן טאָג נאָכן אַהיימקומען האָט ער שטארק געוויינט, און זיין מאמע איז געזעצן נעבן אים און מיטגעוויינט, מתפלל זיין צום אייבישטער ער זאָל באַפרייט ווערן פון דאַרפן גיין אין די גוי'אישע שולע. יאָרן שפּעטער ווען רבי משולם פייש איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין צאַנז און געגעבן שלום פארן דברי חיים האָט דער צאַנזער רב אָנגעהויבן שרייען: "אוי איז דאָס הייליגע הענטלעך! איך שפּיר אַ גרויס קדושה אין די הענטעלעך! זאָגט מיר פון וואו איר זענט?". האָט אים רבי משולם פייש דערציילט אַז ער שטאַמט פון יאָזעפסדאָרף אין בעהמען. האָט דער דברי חיים געזאָגט: "בעהמען איז דאָך אַן אב הטומאה, יאָזעפסדאָרף איז אַן אבי אבות הטומאה, פון וואו נעמט זיך פון דאָרט אַהער אַזעלכע הייליגע הענט?"
האָט רבי משולם פייש געענטפערט: "די מאַמע וואָהר איז געווען אַיין ערליכע יודענע". - אַז אַלעס וואָס ער האָט זוכה געווען איז נאָר אין זכות פון זיין מאמע די צדיקת.

גולה למקום תורה

ווען רבי משולם פייש איז געווען אַ קינד, איז געווען גאָר אַ שווערער מצב פון אידישקייט אין בעהמען, וואו ער האָט געוואוינט, און ער האָט דעריבער געמוזט נעמען אויף זיך נאָך אַלס יונג קינד פאַרן בר מצוה אוועק צו פארן צו אַ פּלאַץ וואו ער וועט קענען שטייגן אין לערנען און דאַווענען. כאטש די שוועריגקייטן וואָס זענען געווען פאַר אַזאַ יונג קינד זיך צו וואַלגערן אין דער פרעמד ווייט פון די משפחה, האָט ער אָנגענומען דעם באַשלוס, און באַקומען דערצו גרויס חיזוק פון זיין מאמע די צדיקת.

ער האָט זיך געלאָזט אין וועג צופיס און נאָך עטליכע טעג איז ער אָנגעקומען קיין פריישטאָג, אין אויבערלאַנד, אונגאַרן, וואו עס איז דעמאָלט געווען רב און ראש ישיבה רבי אברהם יצחק וויינבערגער דער פני יצחק דער שפּעטערער באַרימטער גאון פון קליינוואַרדיין אַ תלמיד פון דער חתם סופר. אין די ישיבה פון פני יצחק האָט זיך דאָס קינד משולם פייש אויסגעצייכנט מיט זיין געוואַלדיגע התמדה יגיעה און עמקות התורה און יראת שמים. פון דאָרט איז ער נאָכדעם געפאָרן לערנען צום טאָקייער רב רבי דוד שיק דער אמרי דוד פון די תלמידים פונם חתם סופר, וואו ער האָט געלערנט עטליכע יאָר. נאָכדעם וואָס רבי משולם פייש איז געוואָרן אַ רבי ומנהיג הדור, פלעגט זיין רבי דער אמרי דוד כסדר זאָגן פאר זיינע תלמידים: זעהט כאָטש וויאַזוי עס איז מעגליך דורך לימוד התורה לשמה צוצוקומען צו אַ מדריגה פון רוח הקודש, ווי עס האָט דערצו זוכה געווען מיין תלמיד הגאון הצדיק מטאָהש! שפּעטער איז רבי משולם פייש אַריבער קיין קיובסדאָרף לערנען ביי רבי אברהם שאָג דער בעל ברכת אברהם, וועלכער איז אויך געווען פון די גדולי התלמידים פון דער חתם סופר. אויך דאָרט איז ער געוואָרן מפורסם אַלס גרויסער עילוי און מתמיד בתורה ועבודה.

שפּעטער איז ער אַריבער צו די ישיבה פון דער מהר"ם א"ש, אין אונגוואַר, אונטערלאַנד, וואו ער איז ווייטער געשטיגן. דעמאָלט איז ער שוין געווען פון די אויסגערופנסטע חזר-בחורים פון די ישיבה, און צווישן זיינע תלמידים דאָרט איז געווען אויך דער קאַפּישער גאון רבי יהושע העשיל פריעד. נאָך די פטירה פון מהר"ם א"ש אין יאר תרי"ב איז רבי משולם פייש אַריבער קיין קראָלי צו רבי מאיר פּערעלס וואו ער האָט שוין אַליין געפירט אַ ישיבה פאַר יונגערע בחורים, און איז געווען דאָרט פון די אויסגעצייכנטע מגידי שיעור.

באור החסידות

ווען רבי משולם פייש האָט געלערנט אַלס בחור אין קראָלי ביי רבי מאיר פּערל'ס, איז ער נתקרב געוואָרן צום דרך החסידות, וועלכע ער האָט ביז דאַן בכלל נישט געקענט. קראָלי איז געווען פון די ערשטע שטעט אין אונגאַרן וואָס דער אור החסידות האָט אַריינגעשיינט. ווי דער באַרדיטשובער רב וואָס האָט פאַרשפּרייט אין די געגנט דעם דרך הבעש"ט איז אַמאָל געווען אין קראָלי. אין קראָלי איז געווען אַ חסיד'יש בית המדרש, און דער בחור משולם פייש וועלכער איז געווען דאָרט אַמאָל ביי שלש סעודות, איז שטאַרק נתפעל געוואָרן פונעם התלהבות'דיגן דאַווענען און די פייערדיגע זמירות, אַ זאַך וואָס ער האָט קיינמאָל פריער נישט געזעהן און מיטגעלעבט, און דורכדעם האָט ער באַקומען גרויס חשק זיך אָנצושליסן צו די חסידים. נאָך אַ קורצע צייט איז ער אָנגעקומען קיין אָשוואַר וואו ער האָט זיך באַקאַנט מיט די גרויסע חסידים. ווען רבי משולם פייש איז געגאַנגען זוכן אַ רבי איז ער אויך אָנגעקומען צום ישמח משה פּונקט אינמיטן ווען דער ישמח משה איז געשטאַנען און געהאַלטן אַ דרשה פאַר אידן. דער טאָהשער רבי האָט באַלד געשפּירט אַז דאָ איז אַן אור וואָס ער זוכט, איז ער אַרויף אויפ'ן טיש און אָנגעהויבן שרייבן: "דאָס איז עס. דאָס האָב איך געזוכט". אַזוי איז ער געשטאַנען און געשריגן במשך צען מינוט, און ווען מען האָט אים געוואָלט אָפּשטעלן פון שרייען האָט דער ישמח משה נישט געלאָזט אים שטערן. רבי משולם פייש איז אויך געווען ביי רבי אייזיק פון זידיטשויב, ביי רבי אייזיק קאָמאַרנער, ביים דברי חיים אין צאַנז און נאָך. באַזונדער פלעגט ער פאָרן אַסאַך צו די גרויסע צדיקים אין אונגאַרן. צו רבי הערשל ליסקא'ר דער אך פרי תבואה, קיין סיגעט צום ייטב לב, און איבעראָל האָט מען אים געגעבן גרויס כבוד.

האיש מקדש

כשהגיע לפרקו האָט מען אים אָנגעטראָגן די הצדיקת מינדל א טאָכטער פון רבי ישעיה דוד פון די אָשוואַרער חסידים, וועלכער האָט געוואוינט אין נאָנטן דאָרף טשאַסאר נעבן אָשוואַר, ביי וועמען רבי אייזיק פון קאליב פלעגט האָבן די אכסני' אין זומער ווען ער פלעגט אַהין אַרויספאָרן אויף אָפּרו. רבי ישעיה דוד האָט זיך שואל עצה געווען מיט רבי יצחק אייזיק פון קאָמאַרנא, וועלכער האָט שטאַרק געהאַלטן פון די די אָשוואַרער חבריא, רבי אייזיק האָט באַלד מסכים געווען צום שידוך און מפליא געווען דעם בחור משולם פייש, און ער האָט נאָך מוסיף געווען אז מען זאָל אים מודיע זיין דעם זמן החתונה ווייל ער וויל פּערזענליך אַנטייל נעמען אין די געהויבענע שמחה. און דער קאָמאַרנער איז געווען ביי די חתונה. בשעת די סעודה ווען דער חתן משולם פייש האָט געזאָגט זיין דרשה כנהוג, האָבן אַנדערע בחורים זיך אָנגעהויבן מיט אים מפלפל זיין, און זיי האָבן בכוונה געוואָלט אָפּפרעגן זיינע ווערטער, האָט זיך רבי אייזיק פון קאָמאַרנע אויפגעשטעלט און אויסגערופן: דער חתן לערנט תורה לשמה, חלילה איינער זאָל מהרהר זיין אויף זיינע דברי תורה!

טעגלאַש

נאָך די חתונה האָט רבי משולם פייש געגעסן קעסט ביי זיין שווער אין טשאַסאַר. אָבער נאָך אַ קורצע צייט איז זיין שווער געוואָרן שטאַרק קראַנק און איז נפטר געוואָרן. דאָס האָט צוגעברעגט אַז עס איז אים געוואָרן שטאַרק ענג אין שטוב. נאָך אַ קורצע צייט איז אָבער געקומען די ישועה דורך אַ חשוב'ן בעל הבית פון נאָנטן שטעטל טעגלאַש, וועלכער האָט זיך דערוואוסט וועגן דעם גרויסן צדקות פונעם ערליכן יונגערמאַן, און ער האָט אים געבעטן צו זיין אַ מלמד פאַר זיינע קינדער. רבי משולם פייש האָט זיך אַריבערגעצויגן וואוינען קיין טעגלאַש. אַ קורצע צייט האָט ער געלערנט מיט יענעמס קינדער, אָבער באלד דערנאך האָבן די אידן פון טעגלאַש און פון אַרומיגען געגנט זיך דערוואוסט אַז דאָ געפינט זיך אַ מלמד אַ צדיק נסתר און אַ גרויסער תלמיד חכם. פילע קהילות האָבן אים אָנגעהויבן בעטן ער זאָל אן נעמן ביי זיי דאָס רבנות פּאָסטן, אַ זאַך וואָס ער האָט נישט געוואָלט, האַלטנדיג פאַר נישט ראוי צו פירן אַ רבנות.

על כס הרבנות

צווישן די קהילות וואָס האָבן געבעטן רבי משולם פייש איבערצונעמען דאָס רבנות איז אויך געווען ניר-טאָהש. אידן וועלכע פלעגן פאָרן פון טאָהש צום מאַרק קיין דעברעצין, און אונטערוועגנס זיך אָפּגעשטעלט אין טעגלאַש, זענען שטארק נתפעל געוואָרן פון די הייליגע עבודה פונעם מלמד, און זיי האָבן באַשלאָסן צו טאָן אַלעס מעגליך כדי צו ברענגען רבי משולם פייש אין זייער שטאָט אַלס רב. אויך דער ערשטער רבי זיינער, רבי אברהם יצחק וויינבערגער דער "פני יצחק", וועלכער איז געווען רב פון די שכינות'דיגע קליינוואַרדיין, האָט שטאַרק געארבייט מען זאָל אויפנעמען זיין תלמיד רבי משולם פייש אַלס רב אין טאָהש. טראָץ וואָס פון גרויס ענוות האָט ער זיך צו ערשט אָפּגעזאָגט, האָבן אָבער די טאָהשער שטאָט-לייט גע'פּועל'ט ביי אים ער זאָל צום ווייניגסטן קומען צו זיי פירן איין שבת. וואָס פאַרשטענדליך אַז זעענדיג זיין עבודת הקודש יענעם שבת זענען זיי נאָך שטערקער נתפעל געוואָרן פון זיין צדקות, און אַרויסגעקוקט אויף אַ הילף פון הימל ער זאָל קענען ווערן רב ביי זיי אין שטאָט. פּונקט אין יענע טעג וואָס ער איז געווען אין טאָהש, האָט אויסגעבראָכן אַ פייער אין זיין דירה אין טעגלאַש, וואָס האָט פאַרברענט דאָס ביסל גוטס וואָס ער האָט נאָך פאַרמאָגט. רבי משולם פייש האָט געזעהן אין דעם אַן אות מן השמים, און ער האָט מסכים געווען איבערצונעמען דאָס רבנות אין טאָהש און די גלילות. מיט די צייט האָבן אידן פון די גאַנצע געגנט, אַריינגערעכנט חשוב'ע רבנים, אָנגעהויבן פאָרן קיין טאָהש און זענען געוואָרן דאָרט גרויסע חסידים. רבי משולם פייש איז געוואָרן באַרימט מיט זיין געוואַלדיגע השפעה פון הייליגקייט און טהרה, זיין פלאַמיגע עבודת התפלה וואָס האָט געברענט ווי אַ פייער. אין אויך זיין גרויס צדקות וואס ער פלעגט טיילן, און זיין כח פון פּועל'ן ישועות פאַר אידן. אין בית המדרש פון רבי משולם פייש האָט זיך שטענדיג געשפּירט אַ רוחניות'דיגע ליכטיגקייט פון התעלות און הייליגקייט. ער האָט פאַר זיין הסתלקות זיך אויסגעדריקט: "איך לאָז איבער אַסאַך קדושה אין דעם בית המדרש, איך האָב יעדעס שפּענדל אויסגעאַרבעט".

דינוב

רבי משולם פייש איז געוואָרן אַ חסיד פון רבי דוד דינובער, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן צו אים א גרויסע חביבות און קירבות, און ער איז דאָרט געווען פון די חשוב'סטע רבנים. ער פלעגט יאָרן לאַנג פאָרן יעדע יאָר אויף גאַנץ סוכות קיין דינוב, לויטן באַפעל פון רבי דוד וואָס האָט אים אַמאָל געזאָגט: ראש השנה און יום כיפור זאָלסטו פירן אין טאָהש, אויף שמחת תורה און סוכות קום צו מיר. יעדע מאָל וואס ער איז געקומען האָט אים רבי דוד אַרויסגעוויזן גרויס חביבות, אָבער טראָצדעם האָט ער זיך ממש געוואָרפן פאַר פחד ווען ער פלעגט זיצן נעבן זיין רבי. מפני כבודו פון רבי דוד דינובער פלעגט ער נישט ברענגן אין בית המדרש די ד' מינים בשעת'ן זאָגן הלל סוכות. רבי דוד דינובער פלעגט לייגן אַליין די סכך ערב סוכות נאָכמיטאָג, און רבי משולם פייש פלעגט אים העלפן. אַמאָל ערב סוכות נאָכמיטאָג האָט דער טאָהשער רבי זיך פאַרשפּעטיגט אָנצוקומען, און רבי דוד האָט אויסגעוואַרט מיטן לייגן די סכך. ווען מען איז אַריין צו רבי דוד דינובער אים דערמאַנען אַרויפצולייגן די סכך אויף די סוכה, ווייל עס איז שוין באַלד יום טוב, האָט ער געענטפערט: ווי קען איך צודעקן די סוכה? מיין נוי סוכה איז דאָך נאָך נישט דאָ! פּלוצלונג איז רבי משולם פייש אָנגעקומען און ביידע זענען אַרויס אינאיינעם לייגן סכך אויף די סוכה. דער נוסח ההקפות האט ער איינגעפירט אין טאָהש, לויטן דינובער נוסח, ווי רבי משולם פייש האָט עס מקבל געווען פון זיין רבי זייענדיג דאָרט אַלע יאָרן. און אזוי אויך האט ער איינגעפירט אַ מנהג אין טאָהש אַז דער וואָס איז עולה שמחת תורה ביינאַכט טוט אָן אויפ'ן קאָפּ אַ "צילינדער", וואָס אויף דעם הענגט אַלע מצוות און מינים מיט וועלכע מען האָט זיך באַנוצט ימים נוראים און סוכות. וואס ער האט עס געזעהן ביי רבי דוד דינובער.
אַמאָל זיך גרייטנדיג צו פאָרן אויף סוכות קיין דינוב, האָט ער פּלוצלינג ערהאַלטן אַ בריוו פון רבי הערשל ליסקער, אַז אַזוי ווי ער פאָרט ווי געווענליך אויף סוכות קיין דינוב, און איך פאָר אויף סוכות קיין צאַנז, און אַזוי ווי די צוויי וועגן, וואָס קומט פון דינוב און וואָס קומט פון צאַנז, טרעפן זיך נעבן וואַראַנעוו, בעהט איך מיר זאָלן זיך דאָרט טרעפן אויפ'ן וועג צוריק, אין דעם טאָג און אין די שעה, ווייל איך האָב מיט אייך זייער א וויכטיגע ענין איבערצושמועסן. דער טאָהשער רב האָט זיך אָנגעשטרענגט אָנצוקומען נאָך פריער פון די צייט, כדי צו קענען אפווארטן דעם גרויסן צדיק רבי הערשל ליסקער. שפּעטער איז אָנגעקומען דער אך פרי תבואה, און די צוויי צדיקים האָבן זיך זייער געפרייט איינער צום אַנדערן. פון דאָרט זענען ביידע געפאָרן צוזאַמען און האָבן אויפ'ן גאַנצן וועג גערעדט צווישן זיך הויכע ענינים אין עבודת השם. רבי דוד דינובער האָט אַמאָל געזאָגט פארן צאַנזער רב: "איך האָב אַ חסיד, ער הייסט רבי משולם פייש און ער איז רב אין טאָהש. ער איז שקול מיט זיין חסידות און קדושה קעגן אַסאַך חסידים!" ווען רבי משולם פייש פלעגט פאָרן אויף סוכות קיין דינוב האָט דער עולם פון טאָהש מיט אים מיטגעגעבן קוויטלעך וועלכע ער פלעגט געבן פאר זיין רבי און מזכיר זיין לטובה.
אַמאָל ביים אָנקומען מיט די קוויטלעך האָט אים רבי דוד געבעטן זיך אַוועקצוזעצן נעבן אים און צוזאַמען מיט אים האָט ער געליינט די קוויטלעך. אַ יאָר שפּעטער, ווען דער טאָהשער רבי איז אָנגעקומען קיין דינוב און געוואָלט איבערגעבן די קוויטלעך, האָט רבי דוד דינובער נישט געוואָלט. זאָגנדיג: איר דאַרפט שוין נישט צוקומען צו מיר, איר קענט שוין אַליין ליינען אַ קוויטל און פּועל'ן ישועות. און רבי דוד האָט אים בפקודת רב געהייסן ער זאָל אַליין ליינען די קוויטלעך און האָט אים גלייך מסמיך געווען צו זיין אַ רבי פאַר חסידים, ער זאָל צוזאָגן פאַר אידישע קינדער ישועות ורפואות בני חיי ומזוני. רבי דוד דינובער פלעגט הייסן די אידן פון די טאָהשער געגנט, וועלכע זענען געקומען צו אים קיין דינוב, זיי זאָלן פאָרן קיין טאָהש. אידן פון די גאַנצע געגנט, צווישן זיי אויך באַרימטע רבנים האָבן אָנגעהויבן צו פאָרן קיין טאָהש און זענען געוואָרן חסידים פון רבי משולם פייש, וועלכער איז געוואָרן באַרימט אַלס פועל ישועות בקרב הארץ.

נפלאות

ווען רבי משולם פייש האט געוואוינט אין די דארף גֶעבֶע נישט ווייט פון טשענגאר וואס דארט האט געוואוינט דער מנוחת אשר, פלעגן אסאך קומען צו פארן צום מנוחת אשר געהאלפן צו ווערן, דער רבי וואס האט געוויסט די גריוסקייט פון רבי משולם פייש האט געטראכט אז דער קומעדיגער איד וואס וועט בעטן א ישועה וועט ער שיקן צו רבי משולם פייש, עס איז נישט לאנג אריבער ביז א דארף-מאן איז געקומען מיט א געווין צום מנוחת אשר אז זיין קוה איז גע'גנב'עט געווארן, דער רבי האט עם באלד געשיקט צו רבי משולם פייש און עם בעטן די פארלוירענע קוה, דער דארף-מאן האט באלד פארשטאנען די באפעל פון דער רבי און איז געפארן צו רבי משולם פייש און האט מיטגענומען אין זיין האנט א גריוסע שטעקן, ווען ער איז אנגעקומען האט ער געזאגט פאר רבי משולם פייש אז דער מנוחת אשר האט עם געשיקט אהער נעמען זיין קוה, און אז איר געבט מיר שוין די קוה איז גוט און אז נישט האב איך א גריוסע שטעקן, און איך וועל פאר יעדעם מפרסם זיין אז איר האט גע'גנב'עט מיין קוה. רבי משולם פייש האט מיט גריוס ענוה געהייסן דער איד זאל רוהיג אהיים גיין און ביינאכט וועט ער טרעפן די קוה אין זיין הויף, און רבי משולם פייש האט זיך אוועק געשטעלט מתפלל זיין אז דער איד זאל געהאלפן ווערן, און טאקע האך אין יענע נאכט איז די קוה אנגעקומען צום דארפס-איד'ס הויף, ווען דער איד האט באווינדערט אז דער מנוחת אשר האט געוויסט ווער עס איז דער ריכטיגער גנב. איינמאל איז רבי משולם פייש ארום געגאנגען אין שול פרייטאג צונאכט ביי קבלת שבת צווישן די מתפללים, און אזי צוגעגאנגען צו איינע פון די אינגעלייט און עם באפוילן ער זאל שוין ארויס גיין פון שול, אלע האבן עם געקענט אלס חשובע אינגערמאן און נישט פארשטאנען וואס די כוונה פון דער רבי איז, אבער צווישען די חסידים איז געוועהן איין אינגערמאן וואס האט געפרעגט פאר דער אינגערמאן וואס דער רבי האט ארויס געשיקט: אז ער זאל נאכקוקען זיינע ציצית אויב עס אזי כשר, ווען דער אינגערמאן האט געקוקט אויפן ציצית האט ער באמערקט אז ווען ער איז געוועהן אין מקוה ערב שבת האט ער פארגעסן צוריק אנצוטוהן די ציצית און דער רבי האט מרגיש געוועהן בקדושתו, באלד האט ער אנגעטוהן די ציצית און האט שוין געקענט אריינקומען אין שול.

אשכבתיה דרבי

אַ קורצע צייט פאַר די הסתלקות האָט זיך דער טאָהשער רבי באַגעגנט מיטן ייטב לב פון סיגעט און אים געזאָגט: ווען איך בין געוואָרן רב אין טאָהש האָט מען אָנגעהויבן בויען די באַן-שינעס פון נירעדהאַז קיין קליינוואַרדיין. מען האָט דעמאָלט געוואָלט מאַכן די באַן זאָל דורכפאָרן טאָהש, האָב איך געבעטן דעם באַשעפער ער זאָל חונן דעת זיין די וואס שטעלן דאס אויס אז זיי זאָלן פּלאַנירן די באַן שינעס זאָל דורכגיין דעמעטשער און נישט דורך טאָהש, אַזוי אַרום וועלן צו מיר קומען ווייניגער מענטשן און איך וועל נישט צופיל געשטערט ווערן פון עבדות ה'. מיין תפילה איז טאַקע אָנגענומען געוואָרן און די באַן שינעס איז אַזוי געמאַכט געוואָרן. יעצט האָט די רעגירונג געלאָזט מאַכן אַ פרישע באַן וועג, וואָס גייט פון דעמעטשער קיין קליינוואַרדיין, און דאָס האָט שוין אַ סטאַנציע אין פארטאהא וואס איז נעבן טאָהש. וועט דאָך אויסקומען אַז מען וועט קענען לייכטער צוקומען קיין טאָהש און מיך שטערן פון מיין עבדות ה', דעריבער מוז איך שוין פאַרלאָזן דער וועלט... אין יאר תרל"ג האָט אויסגעבראָכן אַ שרעקליכע מגיפה אין די געגנט פון טאָהש, פון וועלכע אסאך אידן זענען אַוועק פון דער וועלט. דער טאָהשער רבי האָט דעמאָלט איין טאָג געזאָגט: "איך וויל אויסלייזן די אידן פון די צרה. איך בין גרייט זיך מוסר נפש צו זיין און שטאַרבן פאַרן כלל ישראל". אַ קורצע צייט שפּעטער איז ער נפטר געוואָרן אין עלטער פון 93 יאָר. כ"ח סיון תרל"ג. טויזנטער אידן חסידים ואנשי מעשה און אסאך רבנים האָבן אַנטייל גענומען ביים טאָהשער רבי'נס לויה. אין ספה"ק אמרי דוד על התורה איז געדרוקט אַ הספד וואָס זיין רבי ר' דוד שיק האָט געזאָגט אויף זיין תלמיד רבי משולם פייש, וועלכער איז נאָך נפטר געווארן בחייו. דריקט ער זיך דאָרט אויס: עס איז נפטר געוואָרן הרב הגדול אבד"ק טאָהש וועלכער האָט פאַרשפּרייט יראה ביי אידן. וויפיל הונדערטער האָט ער מכניס געווען תחת כנפי השכינה?!; וויפיל הונדערטער האָט ער מחזק געווען אין עבודת ה'.?! איך קען אויף אים מעיד זיין, ער איז דאָך געווען מיין תלמיד וואָס האָט ביי מיר געלערנט פיר יאָר. "איך האָב קיינמאָל נישט געזען ביי אַ בחור אין די יאָרן אַזאַ התלהבות פון יראה ווי איך האָב געזען ביי אים". און יעצט האָבן מיר אים פאַרלוירן!. אַרום דעם ציון האָט מען שפּעטער אויפגעבויט אַן אוהל פון זאַמד און שטיינער פון אַ געוויסע מערה וואָס רבי משולם פייש האָט זיך אָנגעגרייט אין אַ געלעגנהייט בחייו פאַר אַ פלאץ ווי ער זאל קענען מאכן התבודדות, אָבער נאָך איידער ער איז אַריין דאָס ערשטע מאָל איז עס איינגעפאַלן. פון דאָרט האָט מען גענומען די שטיינער צו בויען דעם אוהל אויפן ציון.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל