אויב האט איר געמיינט אז די ריעל עסטעיט אין ניו יארק איז איבערגעטריבן טייער, און אז דאהי איז דאס שווערסטע צו טרעפן א פארקינג ספאט דאן קענט איר זיך בארואיגן, א פארקינג ספאט אין ניו יארק איז נאך אלס פול ביליגער ווי אין האנג קאנג, עס איז באריכטעט געווארן אין די כינעזער מידיע איבער א ביזנעסמאן וועלכער האט באצאלט 664 טויזנט דאלער פאר א פלאץ צו פארקירן זיין קאר אין די פארקינג לאט פון די געביידע אין וועלכע ער וואוינט, די אפארטמענט אליין ווי ער וואוינט איז ווערט ארום 10 מיליאן דאלער. דאס אילוסטרירט די גאר הויכע פרייזן פון ריעל עסטעיט אין האנג קאנג וואס איז די טייערסטע אין די וועלט און יעדע פירקאנטיגע מעטער שטייט ביי ארום 200 טויזנט דאלער. עס דארף אבער באצייכנט ווערן אז דאס האט נישט געבראכן קיין רעקארד און עס איז שוין פארקויפט געווארן אין מאנהעטן א פארקינג ספאט פאר באלד א מיליאן דאלער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל