עמעזאן האט היינט געמאלדן אז זי וועט אפקויפן די גאר פאפולערע און גרויסע נעץ ״האל-פוד״ וועלכע פארקויפט געזונטע און ארגאנישע עסנווארג, לעבנסמיטל, שטוב געברויכן און נאך, א נעץ וועלכע איז גאר פאפולער און וואקסט שנעל דורך צוציען יונגע מענטשן צו איר ברייטע אויסוואהל פון געזונטע און ארגאנישע פראדוקטן. מיט די אפקויף מאכט עמעזאן א געוואגטע ביזנעס שריט און טאנצט אריין מיט ביידע פוס אין די גראסערי-מארקעט, א זאך וואס טוט נאך מער אנווארימען די ביזנעס קריג צווישן איר און וואל מארט וועלכע האט אויך אפגעקויפט די אנליין גראסערי דשעט מיט ארום א יאר צוריק.

די אסטראנאמישע סומע פון 7.13 טוט שאצן די פירמע ביי ארום 42 דאלער א שעיר, די פירמע איז הויפטקווארטירט אין טעקסאס און פארמאגט 431 פליגלען, עס איז געגרינדעט געווארן אין 1990 און דער גרינדער דשאן מאקי וועט פארבלייבן אין שפיץ פון די פירמע אויך אונטער עמעזאן. עס איז די טייערסטע אפקויף פון עמעזאן זינט איר גרינדונג פול גרעסער ווי די ביז יעצטיגע רעקארד פון 900 מיליאן דאלער וואס זי האט באצאלט פאר די טעכנאלאיגע פירמע טוויטש. די שעירס פון די פירמע זענען ארויף מיט ארום 30% פון ווען די נייעס איז באקאנט געווארן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל