נאכדעם וואס נעכטן איז באקאנט געווארן אז דער פרעזידענט פערזענליך איז אונטער א קרימינאלע אויספארשונג פון די ספעציעלע קאנסול, זענען היינט ארויסגעקומען באריכטן אז די שטאב טוט אויך אויספארשן דעם ראטגעבער און איידעם דשערעד קושנער אויף מעגליך קאאפעראציע מיט די רוסן, אין צענטער פון די אויספארשונג שטייט א באגעגעניש וועלכע קושנער האט געהאט מיט די הויפט פון א רוסישע באנק וועלכע איז אונטער אמעריקאנער סאנצקיעס, עס איז נישט קלאר ארום וואס די זיצונג איז געווען, אבער מען ווייסט אז עס איז געקומען אין א צייט וואס קושנער האט געזוכט פינאנצירונג פאר א פראיעקט וואס ער האלט אינמיטן בויען.

די זיצונג איז פארגעקומען פאר די איינשווערונג פון טראמפ, און עס זענען אנוועזנד געווען דער הויפט באנקיר פון די אפיציעלע רוסישע באנק און דער רוסישער אמבאסאדער סערגעי קיזליאק, און אין די זעלבע צייט וואס דאס ווייסע הויז האט געזאגט אז די באגעגעניש איז נישט געווען צוליב פינאנאצן נאר איבער דיפלאמאטיע, טוט אבער די באנק זאגן אז קושנער האט יא געזוכט צו מאכן געשעפטן מיט זיי, טראץ וואס זיי זענען אונטער סאנקציעס פון אמעריקע, און לויט באריכטן טוט יעצט די ספעציעלע קאנסיל פארשן אויב ער האט פארלעצט די סאנקציעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל