דער פרעזידענט האט היינט צום ערשטן מאל מודה געווען אויף טוויטער, אז ער איז פערזענליך אונטער אויספארשונג דורך דעם ספעציעלן אויספארשער, צוליב מעגליכע אינטערעסן אין אפזאגן דשעימס קאומי, דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר. די אויספארשונג איז געצילט צו דערגיין אויב דאס אפזאגן איז געווען פארבינדען צו די רוסישע אויספרשונג, און צו די פאקט אז דשעימס קאומי האט זיך אנטזאגט צו מיטארבייטן מיט׳ן פרעזידענט צו פארווישן די אויספארשונג.

דער פרעזידענט האט געשריבן אויף טוויטער, ״איך בין אונטער אויספארשונג פאר׳ן אפזאגט קאומי, דורך דער זעלבער מענטש וואס האט מיר געהייסן אים אפזאגן״. ער האט דערמיט געצילט צו שטעכן דעם דעפיוטי אטוירני דשענעראל ראד ראזנשטיין, וועלכער איז דער וואס האט געשריבן א בריוו צו רעקאמענדירן דאס אויפזאגן דשעימס קאומי, און ער איז דער וועלכער האט געשטעלט דעם ספעציעלן אויספארשער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל