די פענטאגאן מאכט צוגרייטונגען צו שיקן נאך טויזנטער זעלנער צו די שלאכט זאנע אין אפגאניסטאן, די פונקטליכע ציפער איז נאך נישט קלאר און לויפט ארום 3000 און 5000, לויט באריכטן האט פרעזידענט טראמפ געגעבן פאר די מיליטער א פרייע האנט צו שיקן וויפיל זעלנער זיי געפונען פאר נויטיג, די פענטאגאן האט נאכנישט באשטעטיגט דעם באריכט, אבער דער פארטיידיגונג סעקערטאר דשעימס מעטיס איז ערווארטעט צו אנאנסירן דעם שריט אין די קומענדיגע טעג.

דאס צולייגן טרופן קומט זיך צו ספראווען מיט א נייע כוואליע פון טאליבאנער אטאקעס און א אויפשטייג פון זייער אנוועזנהייט אין די געגענט, און לויט׳ן פלאן וועט די מערהייט פון די צוגעלייגטע טרופן דעזיגנירטווערן צו פארבעסערן די איבונגען פון די ארטיגע מיליטער און זיכערהייטס קרעפטן אז זיי זאלן זיך קענען אליין ספראווען מיט די זיכערהייטס פראבלעמען אין לאנד, מיט די צוגעלייגטע סאלדאטן וועט די צאל סאלדאטן דארט גרייכן איבער צען טויזנט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל