דער פארזיצער פונעם אייראפעישן קאנסיל, דשאן-קלאוד יאנקערס, האט געזאגט אז די פאראיין וועט נעמען לעגאל שריט קעגן אונגארן, פולין, און טשעכיע, פאר׳ן נישט אויספאלגן די פארשריפטן פון די אייראפעישע פאראיין איבער פליטים, און פאר׳ן נישט אריינעמען די פארלאנגטע צאל. די שריט וועלן ארייננעמען עקאנאמישע  סאנקציעס. דער פארזיצער האט געזאגט, "מיר האבן נישט קיין צוויי ברירות; מיר מוזן אינפארסירן אונזערע אייגענע פארשריפטן; די אייראפעישע סאלידאריטעט קען נישט זיין איינ-זייטיג; יעדע לאנד וואס געניסט פון די פאראיין, מוז אויך ביישטייערן, מיט טראגן די לאסט פון די פליטים". ער האט געגעבן א 24 שעה אולטימאטום פאר די לענדער, צו טוישן זייער פאליסי.

אונטער די רעזאלוציע, וואס איז באשטעטיגט געווארן אין 2015, דארפן אלע אייראפעישע לענדער זיך צוטיילן מיט ארום 160,000 פליכטלונגען וועלכע זענען אנגעקומען קיין אייראפע, אנטלויפנדיג פון סיריע און פון לענדער אין אפריקע. די ציל פון די אפמאך איז געווען צו לינדערן די לאסט פון גריכנלאנד און איטאליע, ווי די מערהייט פון די פליטים האבן זיך אריינגעשמוגלט דורכ׳ן ים. די רעגירונגען פון טשעכיע און אונגארן האבן געשטימט קעגן די רעזאלוציע, און די יעצטיגע רעגירונג פון פולין האט געקעמפט דערקעגן, אבער עס איז אנגענומען געווארן מיט א גרויסע מערהייט.

טשעכיע האט אונטער דעם רעזאלוציע געזאלט ארייננעמען 2,600 פליטים, אבער האט דערווייל אריינגענומען גאנצע 12 פליטים. אונגארן מיט פוילן אינאיינעם האבן דערווייל אריינגענומען 0 פליטים, אין די צייט וואס דייטשלאנד האט אריינגענומען אין די זעלבע צייט ארום 7,000 און פראנקרייך ארום 3,500. סלאוואקיע, וואס האט בלויז אריינגענומען 16, האט געזאגט אז זי וועט אינגיכן ארייננעמען מער פליטים, לויט וויפיל עס פארלאנגט זיך אונטער די פארשריפטן פון די פאראיין.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל