סטיוו סקאַלייס, א רעפובליקאנער קאנגרעסמאן און דער הויז מאיאריטעט וויפ אין קאנגרעס, איז היינט געקומען אונטער אטאקע אינאיינעם מיט עטליכע פריינט מיט וועלכע ער האט פארברענגט אין ספארטס שפיל. די אינצידענט איז פארגעקומען אין אלעקסאנדריע ווירדשיניע, ווי דער קאנגרעסמאן האט געשפילט בעיסבאל, אינאיינעם מיט פריינט, לייבוועכטער און נאך קאנגרעסלייט, ווען אינמיטן די שפיל איז אנגעקומען א פארשוין, און געצילט דעם קאנגרעסמאן, און דאן פארוואונדעט עטליכע לייבוועכטער אין א שיסעריי אויסטויש.

דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דשעימס האדשקינסטאן, א 66 יעריגער ווייסער פארשוין פון אילינאי, און עס ווערט געשאצט אז די אטאקע איז געווען פאליטישע מאטיווירט, טראץ וואס די עף-בי-איי האט געזאגט אז עס איז נאך צו פרי צו קומען צו מסקנות. אבער ווי עס שיינט איז דער שיסער א מיליטאנטישע ליבעראלער, און פון זיין סאציאלע מידיע זעהט זיך אויס אז ער איז געווען גאר היציג און אויסגעשפראכן קעגן רעפובליקאנער.

דער שיסער איז אומגעקומען אויפ׳ן פלאץ, פון די קוילן וואס זענען געשאסן געווארן אויף אים, דורך די לייבוועכטער און די קעפיטעל היל פאליציי. צושויער האבן געזאגט, אז מען האט געהערט ארום 40 רונדעס פון שיסעריי דורכאויס די אטאקע. דער קאנגרעסמאן איז געווארן אפגעפירט אין שפיטאל, שווער פארוואונדעט, אבער אין א סטאבילע צושטאנד. אזוי אויך אלע אנדערע פארוואונדעטע, זענען ערווארטעט זיך צו ערהוילן.

בילד: דעם מערדער פראטעסטירן קעגן שטייער שניטן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל