דער סקערטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט אין א אויפטריט פאר די סענאט בודשעט קאמיטע געזאגט, אז די טראמפ אדמינסטראציע האט אומצוויידייטיג פארלאנגט פון די פאלעסטינער אויטאריטעט צו אויפהערן באצאלן געהאלטער פאר פאמיליעס פון זעלבסמארד טעראריסטן, און פאר פאלעסטינער ארעסטאנטן וועלכע האבן דורכגעפירט טעראר אטאקעס קעגן אידן. ער האט געזאגט אז ער האט באקומען א באריכט פון די פאלעסטינער אויטאריטעט, אז זיי האבן געטוישט זייער פאליסי, און וועלן אויפהערן מיט די באצאלונגען.

די סטעיטמענט איז אבער נישט אונטערגעשטיצט מיט קיין שום עפנטליכע אפיציעלע מעלדונג פון די פאלעסטינער אויטאריטעט, און א באאמטער אין מדינת ישראל האט רעאגירט אז די פאלעסטינער האבן פארנער׳ט דעם סעקערטערי אוו סטעיט, און זיי פלאנען נישט צו אפשטעלן די באצאלונגען. אזוי אויך האט דער אפיציעלער מיניסטער פאר די ארעסטאנטן אין די פאלעסטינער אויטאריטעט אפגעווארפן די באהויפטונג פון טילערסאן, און געזאגט אז די אויטאריטעט וועט ווייטער צאלן פאר די פאמיליעס פון די ארעסטירטע. ער האט צוגעלייגט אז ענדיגן די געהעלטער באדייט ״די ענדע פון די פאלעסטינער אויטאריטעט״, וויבאלד כמעט יעדע פאלעסטינער פאמיליע געניסט פון די געלטער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל