דער איראקער מיליטער מאכט שטארקע פארשריט אין מאסול, און האט שוין אונטער איר קאנטראל די מערהייט פון די שטאט, אבער אין די לעצטע טיילן פון די שטאט האט אייסיס באוויזן צו אוועקשטעלן א שטארקע ווידערשטאנד. נעכטן האט אייסיס באוויזן צו דורכפירן א מאסיווע קאנטער-אטאקע, ווען ארום 100 אייסיס קעמפער זענען איבערגעפאלן די איראקער קרעפטן, און געעפנט א פייער אויסטויש, אין וועלכע 11 איראקער זעלנער זענען אומגעקומען, און נאך צענדליגע פארוואונדעט. די אטאקע איז פארגעקומען אין א טייל פון די שטאט, וואס איז שוין באטראכט געווארן אלס זיכערע רעגירונג טעראטאריע. די קעמפער האבן איינגענומען א מעטשעט, און גענוצט די הויכהילכער צו פארשפרייטען פראפאגאנדע. די מעטשעט איז געווארן באמבאדירט פון די לופט, און דאן האבן די ארום 100 קעמפער וואס האבן זיך דארט געפונען, געעפנט פייער אויף די איראקער טרופן, און נאך א לענגערע שלאכט, האבן זיי באוויזן צו אפטראגן מיט וואפן און א טראק וואס זיי האבן קאנפיסקירט פון די איראקער טרופן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל