דער אטוירני דשענעראל אין מישיגען האט איינגעגעבן קרימינאלע קלאגעס קעגן 5 אפיציעלע באאמטע אין די שטאטראט, אויף ״אומווילנדיג מארד״ קלאגעס, אריינגערעכנט קעגן דעם דירעקטאר פון די ארטיגע העלט דעפארטמענט, איבער די קריזיס פון די פארפעסטיגטע וואסער אין די שטאט פלינט, וואס האלט שוין אן פאר דריי יאר. די וואסער וועלכע איז פארפעסטיגט מיט בליי, טוט שטעלן אין געפאר טויזנטער קינדער אין די שטאט.

די פארפעסטיגונג האט געברענגט א אויסברוך פון לעגיאנערס דיזיז, וואס האט פאראורזאכט די טויט פון ארום 12 קינדער. דער אטוירני דשענעראל לייגט אן די שולד אויף די שטאטישע באאמטע, וועלכע האבן נישט גענומען די ריכטיגע שריט צו פארמיידן דעם פראבלעם, און נישט געווארנט די איינוואוינער גענוג באצייטנס איבער די געפאר פון טרונקען די וואסער. צווישן די אנגעקלאגטע געפונט זיך דער דירעקטאר פון די העלט דעפארטמענט, דער הויפט פון די טרונק וואסער דעפארטמענט, און נאך צוויי באאמטע וועלכע זענען געווען דירעקט פאראנטווארטליך פאר די קריזיס.

די קריזיס האט אויסגעבראכן נאכדעם וואס די שטאטישע באאמטע האבן - אין א פרואוו צו שפארן געלט - אפגעהאקט די איינוואוינער פון פלינט פון די צענטראל וואסער סיסטעם פון די געגענט, און אנשטאט דעם זיי פארבינדען צו די וואסער פון די לאקאלע טייך, אבער האבן נישט געמאכט די ריכטיגע טעסטס צו זיכער מאכן איבער די געזונט קוואליטעט פון די וואסער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל