אויטאריטעטן אין קאָסאָוואָ האבן אריינגעטראגן קלאגעס קעגן ניין מענטשן וועלע זענען - לויט די פראקורארן - געווען א טייל פון קאנספיראציע צו אומברענגען א גרופע ספארטלער, וועלכע זענען געקומען פון מדינת ישראל אנטייל נעמען אין א פארמעסט וואס איז פארגעקומען אין קאסאווא. די אטאקע האט געזאלט פארקומען פאריגן נאוועמבער. די 9 זענען געווען פארבינדען מיט אן אלבאניער טעראריסט, וועלכער קעמפט אין סיריע, און האבן באקומען באפעלן און הילף פון די הויפטקווארטירן פון אייסיס.

דאס לאנד קאָסאָוואָ, וועלכע איז באזעצט מיט א מערהייט פון אַלבאַניער מוסלעמענער, האט גאר שטרענגע אנטי-טעראר געזעצן, און האלטן אונטער ארעסט הונדערטער אויף טעראר פארדאכטן, דאס געזעץ פון לאנד טיילט צו 15 יאר טורמע בלויז פאר׳ן זיך אנשליסן אין אייסיס, און זי האט נאך קיינמאל נישט געהאט קיין טעראר אטאקע אויף איר באדן



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל