איבער 200 דעמאקראטישע געזעצגעבער אין קאנגרעס האבן אונטערגעשריבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן פרעזידענט טראמפ, איבער זיינע ביזנעס פארבינדונגען מיט אויסלענדישע אינסטיטוציעס און רעגירונגען, וועלכע שטעלן אין פראגע זיין אומאפהענגיקייט ווען עס קומט צו אויסערן פאליטיק. מיט דעם שליסן זיי זיך אן אין די קעיס וועלכע איז געווארן איינגעגעבן דורך די אטוירני דשענעראלס פון וואשינגטאן די. סי. און ווירדשיניע, און איז שוין די פערטע אזא סארט לאו-סוט.

לויט די אנקלאגע טוט דער פרעזידענט פארלעצן א טייל אין די קאנסטיטוציע, וועלכע ערלויבט נישט פאר א פרעזידענט צו געניסן פון אויסלענדישע רעגירונגען. די דאקומענטן וועלכע די געזעצגעבער האבן איינגערייכט צום געריכט, איז 54 זייטן לאנג, און אנטהאלט דעטאלירטע איינצעלהייטן איבער פילצאליגע ביזנעס אונטערנעמונגען וועלכע דער פרעזידענט האט אין אויסלאנד, אונטערנעמונגען פון וועלכע ער פארדינט דירעקט און אומדירעקט פון אויסלענדישע רעגירונגען. אנגעהויבן פון געביידעס וועלכע זענען פארדינגען פאר רעגירונגען, און פון טעלעוויזיע פראגראמען אין אפיציעלע רעגירונג-מידיע אין כינע, און נאך פולע אונטערנעמונגען.

אין די אנקלאגע שרייבן זיי, אז זיי האבן א באזיס צו גלייבן אז דעם פרעזידענטס אויסערן פאליסי ווערט באאיינפלוסט פון זיינע ביזנעס אינטערעסן אין לענדער ווי סאודי אראביע, כינע און נאך. דער פרעזידענט האט שוין - נאך פארן ווערן איינגעשוואוירן - פארשפראכן אז אלע פארדינסטן וואס זענען פארבינדען צו אויסלענדישע רעגירונגען, וועט ער אוועקגעבן אלס ביישטייערונג פאר די פעדעראלע טרעזשורי דעפארטמענט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל