א נייעס וועבזייטל האט באקומען באקלאגענישן פון ליינער, נעמליך אז זיי קענען נישט פארטראגן די פולע דעקונג וואס פרעזידענט טראמפ באקומט, און די פאקט אז דער דאמינירט די קעפלעך. די וועבזייטל איז אויפגעקומען מיט א געניאלע לעזונג, דורך אריינשטעלן א אפציע וואס טוט אוועקנעמען פאר דעם ליינער אלע ארטיקלן וועלכע אנטהאלטן דעם פרעזידענט׳ס נאמען.

די וועבזייטל ״קווארץ״ שטעלט צו די אפציע פאר 24 שטונדען, און מען קען עס באנייען וויפיל מאל מען וויל. די סנאָז איז ספעציפיש אויף אומוויכטיגע נייעס איבער דעם פרעזידענ׳ס טוויטס, קריגערייען, סקנאדאלן, אויספארשונגען, אבער נארמאלע און וויכטיגע נייעס ווערט געהעריג געדעקט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל