ארכעאלאגן האבן געמאכט א גאר היסטארישע געפונס ווען זיי האבן אויפגעדעקט א אויפשריפט וועלכע איז געשריבן געווארן מיט טינט אויף א שטיקל שארב אין די צייטן פונעם ערשטן בית המקדש. די אויפשריפטן אנטהאלטן אנווייזונגען פון א מיליטערישע קאמאנדיר וועלכע ער האט געשיקט פאר זיינע סאלדאטן וועלכע האבן געקעמפט אין די געגענט. די שארב וועלכע איז אלט 2600 יאר איז שוין געפונען געווארן מיט יארן צוריק און איז געווען אויף אויסשטעל אין א מוזעאום, אבער צוליב די שוואכקייט פון די טינט וועלכע איז געווארן פארמעקט מיט די יארן האט מען נישט געזען דעם אויפשריפט, אבער א דאנק נייע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע האט מען היינט די מעגליכקיט צו דעשיפרירן דעם אויפשריפט.

די אויפדעקונג איז א שטארקע דערגרייכונג וויבאלד עס איז דא גאר ווייניג איבערגעבליבענע אויפשריפטן אין לשון הקודש פון יענע תקופה. די אויפשריפט איז אדרעסירט צו א מיליטערישע אויפזעער מיט׳ן נאמען ״אלישב בן אושיה״ און עס רעדט זיך פון שיקן עסן פאר די סאלדאטן ווי וויין, מעהל, און אויל. די אויספארשער זאגן אויך אז צווישן די ווערטער געפונען זיך ווערטער אין לשון הקודש וועלכע זענען נישט געווען באקאנט ביז היינט, און דערמיט טוט עס צייגן די ווארהייט פון וואס פולע חוקרים אריינגערעכנט דער מלבי״ם און נאך שרייבן אז גרויסע חלקים פון לשון הקודש זענען פארגעסן געווארן.

Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל