פאליציי אין בואנעס איירוס ארגענטינע האבן געגלייט א האנט אויף וואס זיי באצייכענען די ״גרעסטע געפונס פון נאצי מאטריאל״ זייט דעם צווייטן וועלטס קריג, די זאמלונג נעמט אריין פראפאגאנדע מאטריאל, און אזוי אויך ״מעדיצינישע״ אינסטרומענטן וועלכע די נאציס האבן גענוצט צו דורכפירן זייערע ראסע שטודיעס, און אזוי אויך איסנטרומענטן וועלכע זענען גענוצט געווארן אין די טרויעריג בארימטע גרויזאמע מעדיצינישע פראבעס און עקספערימענטן וועלכע די דייטשן האבן דורכגעפירט אויף אידישע קינדער.

די זאמלונג איז ווארשיינליך א איבערבלייבעניש פון די פולע נאציס וועלכע זענען אנטלאפן קיין ארגענטינע נאכ׳ן קריג צו אויסמיידן זייער שטראף, צווישן די וועלכע זענען אנגעקומען קיין ארגענטינע זענען געווען פילע ארכי-מערדער ווי מענגעלע ימ״ש און אייכמאן ימ״ש וועלכער איז געכאפט געווארן דורך מדינת ישראל און אומגברענגט געווארן, די רעגירונג האט קאנפיסקירט דעם זאמלונג, און די אייגנטומער וועט שטיין פארנט פון א ריכטער.

איראניש אז די ריכטערין אין די קעיס איז א אידישע פרוי סאנדרא סאלגאטא, די אלמנה פונעם ערמארדעטן אידישן פראקוראר אלבערט ניסמאן וועלכער איז ווארשיינליך אומגעברענגט געווארן דורך איראנער אגענטן צוליב זיין ראלע אין אויספארשן די אויפרייס אין די אמיע אידישע צענטער אין בואנעס איירעס.

Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל