אטלאנטא - דער קאנגרעס פארמעסט אינעם זעקסטן דיסטריקט אין דזשארדזשיע, וואו די וואלן וועלן פארקומען דינסטאג, ווערט נאכגעקוקט מיט גאר שטארקע אינטערעסע איבער׳ן לאנד, וויבאלד עס ווערט באטראכט ווי דער פארמעסט וואס וועט צייגן צי טראמפ האט נאך אלץ מאמענטום ביי זיינע שטיצער און ביים פאלק, אדער האבן אים זיינע ערשטע מאנאטן אין ווייסן הויז גאר שטארק געשעדיגט. דער פארמעסט איז צווישן דעם יונגן דעמאקראט, דזשאן אסאף (Jon Ossoff), און די רעפובליקאנער קאנדידאטקע, קערען הענדעל (Karen Handel), און אלס א באווייז איבער דער שטארקער אינטערעסע אינעם פארמעסט, האבן די סטעיט עלעקשאן באאמטע געזאגט אז מער ווי 140 טויזנט וויילער אינעם דיסטריקט האבן שוין אפגעגעבן פריע שטימען, וואס איז א פרעצעדענטלאזער און היסטארישער ציפער פאר א לאקאלן קאנגרעס פארמעסט. אויך האבן ביידע נאציאנאלע פארטייען אריינגעגאסן מיליאנען דאלארן אינעם פארמעסט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל