וואשינגטאן - דאקטוירים זאגן אז דער צושטאנד פונעם פארוואונדעטן קאנגרעסמאן, סטיוו סקאליס, האט זיך פיל פארבעסערט שבת אין לויף פונעם טאג. דער קאנגרעסמאן איז אריבער נאך אן אפעראציע שבת אויף די וואונדן וואס ער האט געליטן פון דער געצילטער שיסעריי מיטוואך אינדערפרי, און זיין צושטאנד איז געווארן פארבעסערט, פון קריטיש צו ערנסט. אויך איז ער שוין מער וואך און קאמיוניקירט מיט זיין פאמיליע און באזוכער. די פארבעסערונג איז געקומען נאכדעם וואס דער דאקטאר, וועלכער האט באהאנדלט סקאליס אין די ערשטע מינוטן נאך דער שיסעריי, האט פרייטאג דראמאטיש דעטאליזירט די וואונדן וואס דער קאנגרעסמאן האט געליטן, ארויסברענגענדיג אז קאנגרעסמאן סקאליס איז געווען ״אין באלדיגן געפאר פון שטארבן״ ווען ער איז אריינגעברענגט געווארן אין שפיטאל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל