מינעסאטע - א פאליציי אפיציר איז פרייטאג דערקלערט געווארן אומשולדיג אויף מארד קלאגעס וואס זענען געווען ארויסגעשטעלט קעגן אים איבער דעם וואס ער האט געשאסן א שווארצן מאן. די שיסעריי האט פאסירט פאראיאר יולי אין מינעסאטע, ווען דער שווארצער מאטאריסט פילאנדא קעסטיעל איז אפגעשטעלט געווארן דורך פאליציי פאר א טראפיק פארלעצונג, און ווען ער האט געוואלט ארויסנעמען זיין בערזל, האבן די אפיצירן געמיינט אז ער שלעפט ארויס א רעוואלווער און האבן אים געשאסן צום טויט. די שיסעריי און מארד פון קעסטיעל האט געברענגט א נאציאנאלן שטורעם, נאכדערצו אז זיין פרוי האט לעבעדיג רעקארדירט די גאנצע זאך, אבער פרייטאג האט א דזשורי דערקלערט דעם אפיציר וואס האט געשאסן קעסטיעל ריין פון די מארד קלאגעס. דער אורטייל האט געפירט צו ווילדע פראטעסטן אין מינעסאטע, פון וועלכע אכצן זענען ארעסטירט געווארן פאר׳ן בלאקירן א לאקאלע הייוועי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל