קווינס – עס שטעלט זיך ארויס אז די קערפער קאמערעס, וואס מען האט לעצטנס פארארדענט אז אלע ניו יארק סיטי פאליציי אפיצירן מוזן האבן אויף זייערע מונדירן אין לויף פונעם טאג, זענען גאר שטארק בייהילפיג, ווען א געריכט פראצעס איז דעצידירט געווארן דורך רעקארדירטע ווידעא פון איין אזא קאמערע. די רעדע איז פון א רויבעריי וואס האט פאסירט נאך אין יאר 15' ביי א הויז אין דזשאמעיקא, קווינס, און איינער פון די פאליציי אפיצירן וועלכער איז אנגעקומען צו דער סצענע, האט געהאט אויף זיינע מונדירן א קערפער-קאמערע, וואס דאן איז עס געווען בלויז אין א פראבע פאזע אויף געציילטע אפיצירן'ס מונדירן. די קאמערע האט רעקארדירט וויאזוי די דריי גנבים שטייען אויפ'ן דאך פונעם היים וואס זיי האבן בארויבט, און אויך וויאזוי די פאליציי האבן געטראפן וואפנס און אנדערע שעדליכע מאטעריאל וואס די רויבער האבן גענוצט ביי דער סצענע. די ווידעא רעקארדירונג איז אצינד אויפגעשפילט געווארן פאר די דזשורי אין א קווינס געריכט הויז, און די דזשורי האט, באזירט אויף דער ווידעא, דערקלערט די 3 פארשוינען אלס שולדיג. קווינס דיסטריקט אטוירני ריטשארד בראון זאגט אז דאס איז די ערשטע מאל אין קווינס וואס א פאליציי קאמערע רעקארדירונג ווערט גענוצט צו ברענגען א שולד אורטייל אין געריכט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל