ניו יארק – דער ברודער פון אן ארעסטאנט וועלכער איז עכט געווען אומשולדיג און טראצדעם געזעסן אין רייקערס איילענד, וואו ער איז באגאנגען זעלבסטמארד, האט דערקלערט אז ער לויפט פאר מעיאר אין ניו יארק סיטי קעגן ביל דעבלאזיא. דער אקטיוויסט אקים בראודער (Akeem Browder) איז א ברודער פון קאליף בראודער (Kalief Browder), וועלכער איז געפונען געווארן נישט-לעבעדיג אין זיין טורמע צעל אין רייקערס איילענד אין יאר 15', און אקים האט פארלאפענעם דאנערשטאג נאכט געשטורעמט א ספעציעלע זיצונג פון פילע מעיאר קאנדידאטן אין הארלעם, וואו ער האט דערקלערט זיין מעיאר קאנדידאטור, אויף דער "גרין פארטיי" ליניע. א הויפט קאמפיין פונקט פון בראודער'ס קאנדידאטור וועט זיין צו קעמפן קעגן ביל דעבלאזיא'ס טורמע פאליסיס, איבערהויפט דאס וואס דעבלאזיא האט געזאגט אז ער וויל אפשפארן רייקערס איילענד, וואס בראודער זאגט אז דאס איז נישט מער ווי א "פובליסיטי" שפיל פון דעבלאזיא און עכט האלט ער נישט ביים טאן עפעס וועגן דער פראבלעמאטישער טורמע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל