שטאקהאלם – אין דער צייט וואס איבער דער וועלט, אויב מען וויל פארן מיט א באן, דארף מען איינקויפן א פאפירענעם בילעט אדער א פלאסטישן קארטל צו קענען באצאלן פאר דער רייזע און ארויפגעלאזט ווערן אויף דער באן – האט מען אין שוועדן אנגעהויבן אויספרובירן א נייעם רעוואלוציאנערישן סיסטעם, דורך וועלכן קאסטומערס וועלן באצאלן פאר באן-רייזעס דורך א קליינעם קאמפיוטער טשיפ וועלכע ווערט אריינגעפלאנצט אין דער האנט-פלאך. שוועדן בכלל איז זייער פארגעשריטן ווען עס קומט צו איינגעפלאנצטע טשיפס אויף האנט-פלאכן, און איבער'ן לאנד זענען שוין דא ארום צוואנציג טויזנט מענטשן וועלכע האבן די טשיפס איינגעפלאנצט, וויבאלד פילע ביזנעסער און רעגירונג אגענטורן האבן דאס שוין איינגעפירט, און די "דזשעי-עס" באן פירמע איז די ערשטע דאס צו אימפלעמענטירן פאר באן רייזעס, זאגנדיג אז זי האט שוין טעגליכע הונדערט קאסטומערס וואס צאלן פאר באן רייזעס מיט טשיפס אין זייערע האנט-פלאכן. דער טשיפ איז ווי א קליין קארטל מיט געלט דערויף, און בשעת מ'לייגט צו די האנט צו א ספעציעלן מאשין ביים באן אריינגאנג, "סקענט" עס דער מאשין און לאזט ארויף דעם פאסאנזשיר.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל