ניו יארק – וויל וולאדימיר פוטין פארכאפן קאנטראל פונעם "סטעטשו אוו ליבערטי" ביי די ברעגעס פון ניו יארק?

דרייווערס פון שיפן וועלכע פארן אפט אינעם האדסאן ריווער באקלאגן זיך אז שוין צוויי מאנאטן וואס א גרויסע יאכט שיף זיצט פארקירט אינעם וואסער הארט פארנט פון "ליבערטי איילענד", דער קליינער אינזל אויף וועלכע די גרויסע פרייהייט סטאטוע – דער סימבאל פון אמעריקאנער פרייהייט – שטייט, און דאס שטערט שיפן וואס פארן אריבער צו קענען געהעריג זען די סטאטוע. עס שטעלט זיך ארויס אז די פארקירטע גרויסע יאכט שיף באלאנגט צו אן אמעריקאנער-רוסישער ביזנעסמאן ביים נאמען יודזשין שווינדלער (זיין עכטער פאמיליע-נאמען!), וועלכער האט דאס באקומען אלס א געשאנק פונעם רוסישן אליגארך ראומאן אבראמאוויטש, א גאר נאענטער פריינט פונעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין.

נו, פארבינדט איר שוין איינס און צוויי? א פוטין קאנספיראציע צו פארכאפן דעם סטעטשו אוו ליבערטי...

ערנסט גערעדט, דאס ארט אינעם וואסער איז א לעגאלער אנקער-ארט פאר שיפן, און די קאוסט גארד פארארדנט נאר שיפן אוועקצופארן אויב שאפט עס עפעס פראבלעמען אדער שטערט עס פובליק צוטריט. די קאוסט גארד האט דערווייל נישט קאמענטירט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל