באוואפענטע לייט האבן געשטורעמט א האטעל אין דאס לאנד מאלי, אין אפריקע, און האבן גענומען 170 משכונות. באריכטן קומען נאך אריין אומקלאר, אבער אויף וויפיל זיי זאגן, האבן די טעראריסטן געשריגן מוסלעמענער לאזונגען, און האבן ארויסגעלאזט געוויסע וואס האבן געקענט נאכזאגן שטיקער פון קוראן, וואס דאס גיבט א פתח צו טראכטן אז זיי זענען פון די טרויעריג-בארימטע אייסיס גרופע, וועלעכע טעראריזירט די וועלט שוין די לעצטע יאר צייט, און איבערהויפט די לעצטע צוויי וואכן. 2 זענען ביזדערווייל געהארגעט געווארן.

מאַלישע ספּעציעלע קרעפטן, אונטערגעשיצט דורך פראנצויזישע און יו.ען. זעלנער, האָבן שוין ארומגענומען די ריזאָרט און אפגעשפארט די געגנט.

דערנעבענדיגע איינוואוינער זאגן אז זיי האבן געהערט, שיסעריי, און רויך קען געזען ווערן ארויפקומען פון די ריזאָרט.

"סעקוריטי קרעפטן זענען אין פּאזיציע. קאַמפּעמענט קאַנגאַבאַ (Campement Kangaba) איז בלאקירט און אַן אָפּעראַציע איז אונטערוועגנס," האט גאזעגט א ווארטזאגער פאר די זיכערהייט מיניסטעריום. "די סיטואַציע איז אונטער קאָנטראָל."

זיכערהייט האט זיך צוביסלעכווייז פארערגערט אין מאַלי, אַ געוועזענער פראנצויזישע קאלאני, זינט די פראנצויזישע קרעפטן האט צוריקגעשטיפט די פאראייניגטע מוסעלמענישע און טוארעג רעבעלישע קעמפער אין 2013 פון שטיקער שטחים אין צפון ווי זיי האבן איינגענומען די פריערדיגע יאָר.

עס איז נישט דער ערשטער טעראָר אנפאַל צו שלאָגן מאַלי.

כאטש 20 מענטשן זענען געהרגעט געווארן אין 2015 ווען שיסער האסן געשטורעמט די ראדיסאן בלו אין באַמאַקאָ, נעמענדיג משכונות. על קאידא'ס צפון אפריקאנער פליגל האט גענומען פאַראַנטוואָרטלכקייט פאַר יענע אטאקע.








קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל