וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג אינדערפרי באשטעטיגט אויף טוויטער אז ער איז אונטער אויספארשונג. טראמפ שרייבט אז ער ווערט אויסגעפארשט פאר'ן אויפזאגן דזשעימס קאומי, דורכ'ן זעלבן מענטש וועלכער האט אים געהייסן אויפזאגן קאומי. עס איז נישט קלאר וועמען טראמפ מיינט דערמיט, אבער מ'זאגט אז ער מיינט דערמיט דעם דעפיוטי אטוירני דזשענעראל, ראד ראזענסטיין, וועלכער פירט די אויספארשונג אויף טראמפ, אינאיינעם מיט'ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מולער, און ראזענסטיין איז אויך געווען דער וואס האט געשריבן דעם בריוו אז טראמפ זאל אויפזאגן קאומי. מען הערט אויך אז ראזענסטיין וועט מעגליך זיין געצווינגען זיך אפצוזאגן פון אריינרעדן אין דער רוסלאנד אויספארשונג וואס די יוסטיץ דעפארטמענט פירט, וויבאלד יעצט איז דאס אויפזאגן קאומי א טייל פון דער אויספארשונג, און ער האט געשפילט א ראלע אינעם אויפזאגן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל