מאנרא - די קרית יואל ווילעדזש פירערשאפט און די אקטיוויסטן פון ״יונייטעד מאנרא״ ארגאניזאציע האבן אפיציעל געשליכטעט זייער קאמף וואס גייט שוין אן עטליכע יאר, דערמיט וואס ביידע זענען ארויסגעקומען מיט א פאראייניגטן מעלדונג איבער׳ן פלאן צו גרינדן א זעלבסטשטענדיגן טאון פאר קרית יואל. דער קרית יואל ווילעדזש האט ארויסגעשטעלט א פלאן צו גרינדן אן אייגענעם טאון, אז קרית יואל זאל מער נישט זיין אונטער׳ן טאון אוו מאנרא, און די ״יונייטעד מאנרא״ האט באלד ארויסגעוויזן וויליגקייט מיטצוארבעטן מיט׳ן ווילעדזש אויף די פלענער, און שוין עטליכע מאנאטן וואס עס קומען פאר געהיימע געשפרעכן צווישן די צוויי זייטן. א שליכטונג איז געמאלדן געווארן פרייטאג, ווען יונייטעד מאנרא האט געזאגט אז זי וועט שטיצן אן אייגענעם טאון פאר קרית יואל, אבער אונטער׳ן שליכטונג, וועט נישט קרית יואל צובאקומען פרישע 382 אקער-לאנד וואס זי האט אריגינעל פארלאנגט, נאר היפש ווייניגער, צופרידנצושטעלן ביידע זייטן. דער אראנדזש קאונטי לעגיסלאטור וועט נאך דארפן באשטעטיגן די גרינדונג פון אן אייגענעם טאון פאר קרית יואל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל