טשעכיי - אקטיוויסטן אינעם טשעכישן שטעטל פרוסטיץ (Prostějov), וועלכע פרובירן העפטיג אויפצולעבן די אלטע אידישע היסטאריע און אויפרעכטן דעם ארטיגן אידישן בית החיים, זאגן אז זיי ווערן געשטערט דורך א סיסטעמאטישן אנטיסעמיטישן קאמפיין. די שטאט פרוסטיץ האט געבליעט מיט אידישקייט בעפאר'ן צווייטן וועלט קריג, זייענדיג לאנגע דורות א שיינער צענטער פון אידישקייט, וואו עס האט צווישן אנדערן געדינט דער הייליגער חתם סופר זי"ע, רבי ר' יונתן אייבשיץ זי"ע און אנדערע. אין לויף פון דער צווייטער וועלט קריג איז דער דארטיגער גרויסער בית החיים חרוב געווארן און פארוואנדלט געווארן אין א שפיל פלאץ, און לעצטנס זענען אנגענומען געווארן פארשידענע שריט אויפצורעכטן געוויסע מציבות, וואס מ'האט שוין געהאט א טיילווייזן סוקסעס, אבער טאמעס דזשעלינעק, א הויפט אקטיוויסט אויפצורעכטן די ארטיגע אידישע היסטאריע, זאגט אז די לאקאלע אויטאריטעטן שטערן שטילערהייט די פעולות.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל