ירושלים – א קאארדינירטע שטעכעריי און שיסעריי טעראר אטאקע האט פרייטאג נאכמיטאג פאסירט אין אלטשטאט ירושלים, וואו טעראריסטן, באוואפנט מיט מעסערס און רעוואלווערס, האבן זיך צעשפרייט אין עטליכע לאקאציעס און געשטאכן און געשאסן עטליכע מענטשן. אלעס אינאיינעם האבן די טעראריסטן אטאקירט 3 מענטשן, איינע פון זיי א פאליציי אפיצירקע וועלכע איז אומגעקומען פון אירע וואונדן - די טעראריסטן זענען אלע אומגעברענגט געווארן. נישט לאנג נאך דער טעראר אטאקע, האט די אייסיס טעראר גרופע ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער אטאקע, וואס דערמיט איז עס געווען דאס ערשטע מאל וואס אייסיס דערקלערט אז זי האט דורכגעפירט אן אטאקע אין מדינת ישראל. מען האט אבער באלד געהערט פון פאלעסטינער טעראר גרופעס אז די אייסיס סטעיטמענט איז נישט ריכטיג, ווייל זיי, די פאלעסטינער, זענען געשטאנען אונטער דער אטאקע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל