קובא – דער קובאנער פירער, ראאול קאסטרא, האט געמאלדן אז ער וועט רעטייערן פון פאליטיק ביים ענדע יאר 18׳, נאכן נארוואס אנהייבן א פרישן טערמין אלס פירער אין לאנד. קאסטרא׳ס געפלאנטע רעטייערמענט באדייט אז די קאסטרא רעזשים׳ס קאנטראל אויף קובא וועט ענדליך קומען צו אן ענדע, נאכ׳ן אנהאלטן דארטן צענדליגער יארן א שטייפן פויסט, איינשטעלנדיג א קאמוניסטישע סטיל רעגירונג. עס איז אויך געמאלדן געווארן די נאמינאציע פון מיגועל דיאז-קאנאל אלס וויצע פרעזידענט, וואס באדייט אז דיאז-קאנאל, א יונגער, ענערגישער און פאפולערער פאליטישאן, וועט איבערנעמען די לייצעס פון קאסטרא. די נייעס אז די קאסטרא רעזשים קומט צו אן ענדע, קומט אין דער זעלבער צייט וואס פרעזידענט טראמפ האט איינגעשטעלט פרישע צוימונגען אויף טוריזם און האנדל צווישן אמעריקע און קובא, צוליב באשולדיגונגען אז קובא פארלעצט מענטשן רעכטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל