ענגלאנד - אין די גאסן פון לאנדאן, און אין אנדערע בריטישע שטעט, ווערן ארגאניזירט מאסיווע פראטעסטן צו פארשרייען און פארדאמען די לאקאלע רעגירונג אין לאנדאן און אויך די צענטראלע רעגירונג אונטער דער פירערשאפט פון פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי, איבער זייער שוואכע באהאנדלוג און שטילע רעאקציע צו דער היסטארישער פייער טראגעדיע אויפ'ן גרענפעל רעזידענץ טורעם וואס האט פאסירט פאריגן מיטוואך, און מעי איז פערזענליך שיער אטאקירט און איבערגעפאלן געווארן דורך אויפגעברויזטע פראטעסטירער, בשעת זי איז אראפגעקומען צו דער סצענע פונעם פייער זיך צו טרעפן מיט געליטענע. זי האט שפעטער אנערקענט אז איר רעגירונג׳ס רעאקציע איז צו לאנגזאם און האט פארשפראכן אליינס צו שטיין אין שפיץ פון דער זאך. דאס קומט אין דער זעלבער צייט וואס אויטאריטעטן האבן געזאגט אז די צאל זיכערע אומגעקומענע האלט ביי 30, און נאך 58, וועלכע זענען נאכנישט אפגעפונען געווארן, רעכנט מען אלס ווארשיינליך נישט-לעבעדיג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל