מ'קען נישט טאנצן פון דער הייך. כדי צו זיין אין ספעיס מוז מען האבן ספיד, אויב פארלירט מען ספיד פאלט אלעס צו אראפ.
די ספעיס סטאנציע פליט אויף 17 טויזנט מייל א שעה, אויב פליט עס ווען נאר אויף 16 א האלב טויזנט מייל א שעה וואלט גענומען געציילטע שעות און ס'וואלט אראפגעקראכט. די זעלבע ווען מ'וויל צוריקקומען פון ספעיס, מוז מען פארשטייטערן די ספיד, כדי דאס צו טאן טוהט מען 4 סטעפס:
אבער אפילו אזוי שפירט זיך די לאנדונג ווי א זעץ ביי אן עקסידענט. די אסטראנאטן ווערן אנגעזאגט נישט צו רעדן בשעתן לאנדונג כדי זיי זאלן זיך נישט צובייסן די צינג...

- מ'נוצט ברענשטאף צו פארשטייטערן די ספיד פון 17 טויזנט מייל א שעה. ס'ווערט אנגערופן deorbit burn. דאס מאכט אז מ'זאל צוביסלעך צוריק פאלן צו די ערד.
- איינמאל מ'קומט אריין אין די אטמאספער, ניצט מען די פלאכע זייט פון די ספעיס שיף זיך צו רייבן מיט די ליפט, אזוי ווערט די ספיד שטייטער.
- די שנעלע ספיד פון די שיף איז גורם אז די רייבעריי זאל פראדוצירן א שרעקליכע היץ, וואס קען צושיסן די שיף. אסאך שיפן האבן שוין עקספלאדירט אויפן וועג אריין.
- צום סוף נוצט מען פעראשוטן צו פארשטייטערן די ספיד. ווי פארשטענדלעך קען מען נישט נוצן קיין פעראשוטן אין ספעיס ווי ס'איז נישט פארהאן קיין לופט. אזוי אויך קען מען נישט נוצן קיין פעראשוטן גלייך ווען מ'קומט אריין אין די אטמאספער, ווייל פון די שנעלע ספיד וועט עס ווערן פארברענט.
- פאר די לאנדונג איז דא 2 מהלכים, אדער ארייינפלאטשקענען אין וואסער, אדער נוצן ברענשטאף צו געבן די ווייעכע לאנדונג.
אבער אפילו אזוי שפירט זיך די לאנדונג ווי א זעץ ביי אן עקסידענט. די אסטראנאטן ווערן אנגעזאגט נישט צו רעדן בשעתן לאנדונג כדי זיי זאלן זיך נישט צובייסן די צינג...
הוסף רשומת תגובה