די ספעיס שיף וואויעדזשאר איינס (Voyager 1), האט די וואך דערגרייכט 138 אסטראנאמיקעל יוניטס (AU) ווייט פון די ערד, דאס איז די ווייטסטע ספעיס שיף וואס די מענטשהייט האט נאר ארויסגעשיקט.

איין אסטראנאמיקעל יוניט איז די ווייטקייט פון די ערד ביז די זון. דאס קומט אויס, אז די וואויעדזשאר 1 איז כמעט 13 ביליאן מייל ווייט פון אייך...

די צייט וואס דויערט צו שיקן א מעסעדזש פון נאס"א צו די ספעיס שיף און צוריק איז 38 שעה און 15 מינוט! (מעסעדזשעס לויפן אויף די ספיד אף לייט.)

די וואויעדזשאר איינס ספעיס שיף איז ארויפגעשאסן געווארן אום 1977. עס ערהאלט קול-רעקארדירונגען און בילדער פון די פארשידענע קולטורן אויף אונזער פלאנעט 'ערד', און איז אהערגעשטעלט פאר אינטעליגענטע ברואים (נישט רמשים...) פון אנדערע פלאנעטן, זיי צו געבן צו פארשטיין איבער אונזער לעבן. ווי אויך איז עס פאר צוקונפטיגע מענטשן, צו שעפּן אינפארמאציע פון די יעצטיגע לעבן און שאַפן (טאמער די וועלט גייט אונטער... היל"ת). די רעקארדירונגען ליגן אויף פרימיטיווע דיסקס, גערופען "די וואויעדזשאר גאלדענע רעקארד". עס איז ארויפגעשטעלט געווארן אין א צייט ווען יו.עס.בי. און עס.די. דיסקס זענען נאכנישט געווען געבוירן.

בילד: די וואויעדזשאר ספעיסקרעפט

בילד: די געקריצטע מאַרקעס אויף די גאָלדענע רעקאָרד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל