קאנעטיקוט. – די סמירנאף וואדקא פירמע האט ארויסגעלייגט א נייעם רעקלאמע קאמפיין, מיט א שפאסיגן שפיץ, אין א דערהער צו דער אויספארשונג וואס גייט יעצט אן איבער די אריינמישונגען פון רוסלאנד אין די אמעריקאנער וואלן. די סמירנאף רעקלאמעס האבן געהאט דעם פאלגענדן אויפשריפט: "ערצייגט אין אמעריקע, אבער מיר וועלן זיין העכסט צופרידן צו רעדן איבער אונזערע רוסישע פארבינדונגען, אונטער א שבועה"... די רעקלאמע האט געמיינט צו דערמאנען דאס וואס פארגאנגענע וואך איז די פרעסע געווען פול מיט די געשיכטעס איבער'ן אויפטריט פונעם געוועזענעם עף. בי. איי. דירעקטאר, דזשעימס קאומי, אינעם סענאט, איבער דער גאנצער אויבנדערמאנטער אפערע.

 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל