קאטאר. — דער קאטאר פארטיידיקונגס מיניסטעריום האט געמאלדן אז זי האט אונטערגעשריבן אן אפמאך מיט אמעריקע צו קויפן פון איר עף–15 קאמפס דזשעטס, פאר א פרייז פון 12 ביליאן דאלאר. דאס איז טראצדעם וואס פיר אראבישע לענדער, אין שפיץ פון סאודי אראביע, האבן אפגעהאקט מיט קאטאר, א לענדל פון 2.7 מיליאן מענטשן, און זוכן איר צו איזאלירן. אמעריקע האט אויך געטאדעלט קאטאר פאר'ן שטיצן טעראר גרופעס, אבער דאך טוט מען ביזנעס. אין באזונדערע אוויאציע נייעס איז געמאלדן געווארן אז די גיגאנטישע טשיינע עירקרעפט ליסינג פירמע, וועלכע איז איינע פון די גרויסע עראפלאנען ליסינג פירמע אין דער וועלט, האט געמאלדן אז זי וועט אפקויפן 50 באואינג 737 מעקס עראפלאנען, צוליב דעם שטארקן פארלאנג פאר זיי. דער אפיציעלער ליסטע פרייז פון די עראפלאנען איז ביי 5.8 ביליאן דאלאר, אבער מען גלויבט אז זי וועט דאס באקומען פאר א גרויסן דיסקאונט. א באזונדערער נייעס: די קאמפלעינטס פון פאסאזשירן קעגן עירליינס איז אין אפריל געשטיגן מיט 70 פראצענט. א ביישפיל איז געווען דאס וואס אן אזיאנער דאקטאר איז ברוטאל אראפגעשלעפט געווארן פון א יונייטעד עירליינס עראפלאן, א זאך וואס האט איר געברענגט אומ-כבוד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל