דזשארדזשיע. – אן ארכיטעקט פון דזשארדזשיע סטעיט, האט אנגעקלאגט די פראמינענטע ארכיטעקטשור פירמע, סקידמאור אואינגס ענד מעריל, וועלכע האט דעזיינט דעם דעזיין פונעם פרידאם טאוער, וואס הייסט איצטערט דער נומער 1 ווארלד טרעיד צענטער, טענה'נדיג אז דער אייגנארטיגער דעזיין פון די געביידע איז זיין אויפטרעף און די פירמע האט דאס גערויבט פון אים. דער אנקלעגער, דזשיהון פארק, א דרום קארעא, וועלכער האט זיך אין 96' געצויגן קיין אמעריקע פון דרום קארעא, זאגט אז ער האט ערצייגט דעם דעזיין ביים שרייבן זיין טעעזיע, ביים גראדואירן פונעם אינסטיטוט אוו טעכנאלאגיע סקול אין שיקאגא. ער טענה'ט אויך אז די פירמע האט דאס מעגליך גערויבט נאכדעם וואס דער דעזיין האט פיגורירט אין א דאקומענטאציע, וואס איז פילמירט געווארן אינעם הויפט לאבי פונעם בילדינג וואו די עס. או. עם. פירמע האט געהאט אן אפיס און אזוי האט זי דאס גע'גנב'עט. פארק, וועלכער האט אן ארכיטעקטשור פירמע אין סאוני, דזשארדזשיע, פארלאנגט יעצט מיליאנען דאלארן אין פארגיטיגונג פון די סקידמאור אואינגס ענד מעריל פירמע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל