ניו דזשערזי – די צופרידנהייט ראטעס פונעם ניו דזשערסי גאווערנאר, קריסטי, זענען געפאלן צו היסטאריש נידריג, באטראכטנדיג די גאווערנאר צופרידנהייט ראטעס אנקעטעס פון פארשידענע סטעיטס אין די לעצטע 20 יאר. בלויז 15 פראצענט אויסגעפרעגטע האבן געזאגט אז זיי זענען צופרידן פון קריסטי. 81 פראצענט האבן אויסגעדרוקט אומצופרידנהייט. קריסטי קען מער נישט לויפן, צוליב טוירם-לימיטס, דער הויפט קאנדידאט איז דער רעפובליקאנער פיל מוירפי, וועלכער האלט ביי 55 פראצענט אין די אנקעטעס, קעגן דעם ליוטענענט גאווערנאר, קים גאדאגנא, וועלכער האט באקומען בלויז 26 פראצענט אין די אנקעטעס. די אנקעטע איז אויסגעפירט געווארן אויף 1,103 וויילער. קריסטי איז געפלאגט געווארן פון פארשידענע סקאנדאלן און נעגאטיווע באריכטן, אריינגערעכענט דעם דזשארדזש וואשינגטאן ברידזש לעין אפשפארונג סקאנדאל. אויך איז אים נישט צונוצגעקומען זיין קרבות'שאפט מיט'ן פרעזידענט טראמפ. קריסטי האט לעצטענס פרובירט צו פארבעסערן זיין אנזען דורך פיגרורן אין א סטעיטווייד פראפאגאנדע קאמפיין קעגן דעם נארקאטיק דראגס קריזיס און האט אויך אנגעהויבן מער רעדן צו די פרעסע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל