מישיגען – איבער 200 איראקער אומלעגאלע אימיגראנטן זענען אין די לעצטע וואכן ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געשלאסן אן אפמאך מיט די איראקער רעגירונג, אז איראק וועט צוריקנעמען אומלעגאלע אימיגראנטן פון אמעריקע, און אלס דעם אויס וועט אמעריקע אראפנעמען איראק פונעם פארבאט וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויפגעלייגט אויף באזוכער און בירגער פון 7 מוסולמענער-מאיאריטעט לענדער.

אמעריקע פארמאגט 1,444 איראקער וואס האבן דעפארטאציע באפעלן קעגן זיך, אבער מען האט זיי אין פראקטיק קיינמאל נישט געקענט דעפארטירן ווייל איראק האט זיך אנטזאגט זיי צוריקצונעמען. די טראמפ אדמיניסטראציע האט געזאגט אז די ארעסטירטע זענען פארברעכער.

עקספערטן האבן אנגעוויזן אז מען רעדט פון מענטשן וואס זענען דא געקומען אומלעגאל אלס קינד, אונטער'ן סאדאם כוסעין רעזשים, און זענען אמאל באגאנגען פארברעכנס, אבער האבן שוין אפגעדינט זייער טורמע אורטייל, און עס איז נישטא קיין שום אורזאך זיי צוריקצושיקן קיין איראק.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל