וואשינגטאן – צוויי מענטשן זענען ארעסטירט געווארן אין צוזאמענהאנג מיט'ן מאסיוון געשלעג וואס האט אויסגעבראכן צווישן אנטי-טערקיי פראטעסטירער און די וועכטער פונעם טערקישן פרעזידענט רעסיפ טאיאיפ ערדואן, ווען ערדואן האט באזוכט אין וואשינגטאן די–סי פארגאנגענעם מאנאט. אמעריקע האט אויסגעדריקט שארפער אויפברויז אויף דער ברוטאלער און אומציוויליזירטע באהאנדלונג פון די זיכערהייט וועכטער וועלכע האבן באוואכט ערדואן, וועלכע זענען באפאלן די פרידליכע פראטעסטירער און האבן זיי געשלאגן און געבריקעט. די צוויי ארעסטירטע זענען ווירדזשיניע איינוואוינער, עס איז נישט קלאר געווען צי זיי זענען געווען פון די פראטעסטירער אדער פון די וועכטער. דער ניו יארק טיימס האט נעכטן געמאלדן אז די אמעריקאנער רעגירונג באטראכט ערנסטע קלאגעס קעגן פילע פון די זיכערהייט וועכטער. דער וואשינגטאן די–סי מעיאר, און איר פאליציי שעף, האבן היינטיגן דאנערשטאג אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ צו מעלדן די דעטאלן און צו פארזיכערן די באפעלקערונג אז די שריט פון די טערקישע שלעגער וועט נישט פארשוויגן ווערן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל