וואשינגטאן – א באריכט אינעם "וואשינגטאן פאוסט" האט נעכטן אויפגעדעקט אז פרעזידענט טראמפ איז אונטער אויספארשונג פאר די מעגליכקייט אז ער האט "געשטערט יוסטיץ". דער באריכט לויטעט אז ראבערט מולער, וועמען דער יוסטיץ דעפארטמענט האט געשטעלט אלס ספעציעלע פראקוראר אנצופירן מיט'ן אויספארשונג ארום רוסלאנד און דער טראמפ קאמפיין, האט אויך געעפנט נאך א פליגל צו זיין אויספארשונג, צו דערגיין צי טראמפ האט אקטיוו פרובירט צו לייגן דרוק אויף די עף-בי-איי, אונטער דזשעימס קאומי'ס פירערשאפט, אז קאומי זאל אפשטעלן די רוסלאנד אויספארשונג, וואס קאומי האט שוין פאריגע וואך געגעבן אנצוהערן עפעס אזוי. אויב דער באריכט וועט זיך ארויסשטעלן אלס אקוראט, באדייט דאס אז צום ערשטן מאל זעט מען קלאר אז טראמפ פערזענליך איז אויך אונטער אויספארשונג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל