וואשינגטאן – די שיסעריי אויף די קאנגרעסלייט, טראץ וואס ס'האט געברענגט צייטווייליגע אויסדרוקן פון פאראייניגונג און סימפאטיע צווישן ביידע פארטייען, איז גאנץ שנעל פאליטיזירט געווארן דורך פארשידענע פיגורן. דער ערשטער איז געווען פרעזידענט טראמפ'ס זוהן, דאנעלד דזשוניער, וועלכער האט ארומגעשיקט א מעסעדזש וואס א צווייטער האט געשריבן און אינעם מעסעדזש איז געשטאנען אז די שיסעריי איז די רעזולטאט פון עטליכע לעצטערע עפיזאדן ווען באקאנטע ליבעראלע פיגורן האבן ארויסגעשטעלט צוזאמגעשטעלטע בילדער פון זיך וויאזוי זיי הענגען אדער דערמארדן פרעזידענט טראמפ. די אישו פון גאן קאנטראל איז אויך אויפגעברענגט געווארן, ווען געוויסע דעמאקראטן האבן געזאגט אז די שיסעריי איז נאך א באווייז אז מען דארף איינצוימען דאס פארקויף פון גאנס, פון דער אנדערער זייט האט מען געהערט פילע רעפובליקאנער באשולדיגן די דעמאקראטן אין דער שיסעריי. קריס קאלינס, קאנגרעסמאן פון ניו יארק און שטארקער שטיצער פון פרעזידענט טראמפ פון דער ערשטער מינוט, האט געזאגט אז די דעמאקראטן האבן אין די לעצטע מאנאטן אזוי אנגעהעצט די פאליטישע וועלט מיט ווילדע און בייסיגע רעטאריק קעגן פרעזידענט טראמפ.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל