לאנדאן – לאנדאנער שטאטישע באאמטע האבן נעכטן צום ערשטן מאל אפיציעל רעאגירט צו אן אנטיסעמיטישע אטאקע וואס האט פאסירט שוין מער ווי א וואך אינעם סטאונפיעלד פארק אינעם עדזשעווער געגענט אין לאנדאן, ווען א גרופע כוליגאנעס האבן זיך גענומען טשעפען און באזידלען עטליכע אידישע קינדער וואס האבן געשפילט דארטן. עס האט פאסירט ווען די קינדער זענען געזעצן אינעם פארק, און דערביי האבן זיך געשפילט עטליכע גויאישע קינדער וועלכע האבן דאן גענומען זידלען די אידן שרייענדיג: "היטלער האט געדארפט הרג'ען אלע אידן", און ענליכס. דאן האבן זיי געווארפן דעם באל אין ריכטונג פון איינע פון די קינדער און זי איז פארוואונדעט געווארן. דער פאטער פונעם קינד, אלכסנדר גאלדבערג, האט אויסגעדרוקט פארדרוס, זאגנדיג אז ער האט גערופן די פאליציי און זיי האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט. די פאליציי האט זיך פארענטפערט מיט אויסריידן, אבער נעכטן האבן זיי צום ערשטן מאל געזאגט אז זיי וועלן נעמען ערנסט דעם אינצידענט און עס גרונטליך פארשן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל