נעוואדא – א לאס וועגאס אדוואקאט, וועלכער ספעציאליזירט זיך אין פארטיידיגן טרויעריג-בארימטע פארשוינען, האט געמאלדן אז ער וועט דינען אלס פארטיידיגער פאר ענדרו ענגלין, דער גרינדער פונעם דעילי שטירמער צייטונג, וועלכע איז איינע פון די הויפט עקסטרעמיסטישע אנטיסעמיטישע אלט-רייט פיגורן אין אמעריקע. ענגלין ווערט געקלאגט דורך א אידישע פרוי, וועלכע טוט אין ריעל עסטעיט, קעגן וועמען ענגלין האט ארקעסטרירט א קאמפיין פון טעראר. די פרוי, טאניא גערש, פלעגט רוטין האנדלען מיט'ן מוטער פון ריטשארד ספענסער, ענגלין'ס קאלעגע אין די אלט-רייט באוועגונג, וואס ספענסער האט פאבריצירט א בלבול קעגן פרוי גערש אז זי האט שאנטאזשירט זיין מוטער צו פארקויפן אירס א געביידע אין ווייטפיש, מאנטענא, וועלנדיג איר ארויסווארפן. ענגלין האט אויף זיין וועבסייט געהעצט קעגן פרוי גערש און האט גערופן צו זיינע נעא-נאצי קאלעגן איר צו טעראריזירן. יעצט האט פרוי גערש אים אנגעקלאגט און ענגלין האט באוויזן זיך צו שאפן א אדוואקאט, מארק ראנדאזא, וועלכער 'ספעציאליזירט' זיך אין אזעלכע קעיסעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל