מאגאדישו, סאמאליע. – א גרופע על-שאבאב טעראריסטן, וועלכע זענען געווען געקליידעט אלס סאלדאטן, האבן נעכטן נאכט דורכגעפירט א געפערליכע אטאקע אויף א רעסטאראנט אין א רייכער געגנט אין מאגאדישו סאמאליע. די טעראריסטן האבן אויפגעריסן א קאר באמבע ביים אריינפאר וועג צום רעסטאראנט, דאן האבן זיי אויפגעשטעלט א בלאקאדע און האבן פארכאפט משכונות. לויט די לעצטע באריכטן זענען 2 טעראריסטן דערשאסן געווארן און 10 משכונות זענען געראטעוועט געווארן, אבער פינף אטאקירער זענען נאך טעטיג.

די טעראר גרופע טוט אפט צילן אויף רעסטאראנטן און האטעלן וואס ווערן גענוצט דורך דיפלאמאטן, ביזנעסלייט, רייכע עלעמענטן און די רעגירונגס–באאמטע. די על-שאבאב גרופע איז אין 16' געווארן די טויטליכסטע טעראר גרופע אין אפריקע, מיט איבער 4,200 מארדן וואס זי האט דורכגעפירט.

פרעזידענט טראמפ האט דערפאר באשטעטיגט א רייע נייע מיליטערישע אקציעס אויסצוראטן די טעראר גרופע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל